טעראר אטאקע אין ירושלים עיה"ק
טו אלול תשפ"ה 📝
גרשון קרעמער
כלל ישראל איז טיף ערשיטערט נאכ'ן הערן די בשורה אז עס האט פאסירט א שרעקליכע טעראר אטאקע היינט אינדערפרי אין ירושלים. דער אטאקע האט ליידער איבערגעלאזט זעקס קדושים אומגעקומענע, און נאך עטליכע פארוואונדעטע.
לויט באריכטן זענען צוויי טעראריסטן מיט געווער פון ראמאלא אנגעקומען בערך צען אזייגער אינדערפרי צו די באוויסטע פארנומענע רמות דזשאנקשען אין ירושלים, ווי זיי האבן אומגעברענגט און פארוואונדעט די אלע געטראפענע ביים באס סטאפ און אויפן באס.
די הונדערטער אנוועזענדע אידן זענען אנלאפן אין פאניק אין אלע זייטן אין דעם כאאטישן מצב, און ב"ה ביז געציילטע מינוט האט מען באוויזן צו אומברענגען די מערדער.
אין די שוידערליכע אטאקע זענען ליידער אומגעקומען זעקס אידישע קינדער הי"ד, און נאך פערצן זענען אפגעפירט געווארן צו די שפיטעלער אין פארשידענע מצבים. מיר זענען אלע מתפלל פאר זייער שנעלע ערהוילונג.
די נעמען פון די זעקס קדושים זענען ווי פאלגענד: ר' לוי יצחק פאש, ר' יעקב פינטו, ר' ישראל מינצער, ר' יוסף דוד, ר' מרדכי שטיינצוג, און מרת מענדלזאן; די אלע מצוות און מעשים טובים, די אלע שעות תורה ותפלה, וואס די אידן האבן געטון אין זייער לעבן גייט זיי יעצט אנטקעגן, און וועלן זיכער זיין א מליץ יושר פאר זייערע צובראכענע משפחות, אלמנות און יתומים, זיי זאלן קענען איבערקומען די שווערע אומגליק.
מיר פירן נישט דעם אויבערשטענ'ס חשבונות, און מיר פרעגן נישט "פארוואס". אבער דער אויבערשטער וויל אז מיר זאלן זיך עפעס לערנען דערפון. פאר אונז איז דאס א דערמאנוג צו תשובה טון. דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגט, "עס קומט חודש אלול מען ברענט און מען ברענט און מען טוט גארנישט", דאס מיינט אז אום חודש אלול איז נישט קיין בער, מען דארף נישט טון עפעס וואס מען קען נישט, מען דארף בלויז פארמערן מיט מער תורה, מער תפלה, מער מעשים טובים. תשובה מיינט בסך הכל, דריי דיך אויס, קוק נישט אויף צוריק, הער אויף צו רעדן פונעם עבר. ווייס אז דער אויבערשטער דארף דיך, און ער האט דיר ליב, און ער דארף דיינע אזוי גערופענע "קליינע" מצוה'לעך. זאג אביסעלע מער תהלים, לערן איין פרק משניות, לערן אפאר פסוקים חומש, אביסעלע גמרא. זאג א גוט ווארט, געב א שמייכעלע פאר א צווייטן. טו קליינע זאכן וואס דו קענסט.
אזוי אויך איז עס א דערמאנונג פאר אונז חסידי ברסלב וואס מיר גרייטן זיך צו פארן צום הייליגן רבי'ן צו געדענקען וואס פאר א שווער יאר עס איז אריבער, און מיר וועלן איינרייסן ביים ציון אז די אלע צרות און טראגעדיעס זאלן זיך שוין ענדיגן, און אז די נייע יאר וואס קומט אויף אונז זאל זיין לברכה ולא לקללה, לחיים ולא למוות.
זכרינו לחיים מלך חפץ בחיים