פון גרשון קרעמער
 
עס טוט זיך אין די נייעס איבער די נייע "טראָמפּ אַקאַונטס" פּראָגראַם וואָס האָט זיך לעצטנס געעפנט, און עס ציט אַ שטאַרקן אינטערעס איבער גאַנץ אַמעריקע. די רעגירונג זוכט צו מוטיגן עלטערן צו בויען אַ פינאַנציעלן יסוד פאַר זייערע קינדער, און געבט צוליב דעם אַ ספּעציעלן אינוועסטירונג-אַקאַונט פון וואָס די קינדער וועלן קענען געניסן יאָרן שפּעטער.
 
לויט די אָפיציעלע אָנווייזונגען, וועלן קינדער וואָס זענען געבוירן צווישן די יאָרן 2025 און 2028 למספרם זיין באַרעכטיגט צו באַקומען אַן איינמאָליגע רעגירונג-ביישטייערונג פון $1,000 דירעקט אין זייער טראָמפּ אַקאַונט.
 
אין צוגאָב צו דעם, האָט דער באַקאַנטער ביזנעסמאַן מייקל דעל צוגעזאָגט אַ נדבה פון 6.25 ביליאָן דאָלאַר, וואָס וועט אַריינלייגן $250 אין די ערשטע 25 מיליאָן טראָמפּ אַקאַונטס פאַר קינדער וואָס זענען איצט אינגער פון צען יאָר, אפילו אויב זיי זענען נישט באַרעכטיגט פאַר דער אויבנדערמאנטער טויזנט-דאָלאַר רעגירונגס-ביישטייערונג.
 
כדי צו זיין באַרעכטיגט פאַר די $250, דאַרף דאָס קינד זיין צען יאָר אַלט אָדער אינגער, האָבן אַן אָפענעם טראָמפּ אַקאַונט אויף זיין נאָמען, און וואוינען אין אַ זיפּ-קאָוד וואו די דורכשניטליכע יערליכע איינקונפט איז אונטער $150,000. (מיר האבן נאכגעקוקט, און געזען אז רוב שטעט ווי היימישע אידן וואוינען זענען אין בארעכטיגטע זיפ קאודס).
 
לויט אַנאַליסטן טוט די רעגירונג דאָס מיט'ן ציל אַריינצובענגען אין די בירגער דעם געדאַנק פון אינוועסטמענטס. רוב מענטשן אין אַמעריקע לעבן פון פּעי-טשעק צו פּעי-טשעק; זיי האָבן נישט קיין אַנונג וואָס דאָס מיינט זיך איינצוהאַלטן פון קויפן עפּעס און אינוועסטירן פאַר דער צוקונפט. מיט דעם וואָס די רעגירונג גיט זיי אַ מתנה פון טויזנט דאָלאַר, האָפן זיי אַז מענטשן וועלן אָנהייבן פאַרשטיין די חשיבות פון טראַכטן פאָראויס און זיך איינהאַלטן פון אומוויכטיגע הוצאות, ווייל דערנאָך וועלן זיי קענען שניידן די פירות.
 
מ'ווייזט אן אז די טויזנט דאָלאַר וואָס אַ קינד באַקומט יעצט אינעם "טראָמפּ אַקאַונט", וואָס וועט ווערן אינוועסטירט אינעם מאַרקעט, ווערט געשאַצט צו זיין ווערט בערך אַ פערטל מיליאָן דאָלאַר ווען דאָס קינד וועט זיין 55 יאָר אַלט.
 
און דאָס איז אַ געוואַלדיגע מעסעדזש פאַר אונז: ס'איז אַ שאָד נאָכצולויפן תאוות און ווערן פאַרבלענדעט פון די אַרומיגע. ווען מיר געבן זיך אָפּ מיט אונזערע קינדער, דאַרפן מיר טראַכטן: "וואָס וועט ער האָבן דערפון ביי די 25?" מיר זענען נישט מחנך אונזערע קינדער בלויז פאַר דעם "שיינעם פּיקטשער". מיר דאַרפן טראַכטן און זיך אויסמאלן ווי מיין קינד איז שוין 35 יאָר אַלט און ער אַרבעט שווער על המחיה ועל הכלכלה; וועט ער קענען נוצן דעם חינוך וואָס מיר געבן אים יעצט, אָדער איז עס ווערטלאָז?
 
אויב מיר לערנען אים נישט אויס אז מען קען זיין אן ערליכער איד אויך מיט א בלויען העמד, אז מען קען מיטנעמען א קליין חומש'ל און מעביר סדרה זיין זונטאג, וואס וועט ער טון אויפ'ן טראק בשעת'ן ארבעטן? ער וועט דארט נישט קענען מיטנעמען א דיקע גמרא מיט א קובץ מפרשים.
 
לאמיר אינוועסטירן אין אונזערע קינדער און אריינלייגן אינעם אקאונט יעצט ווען זיי זענען נאך קליין; זיי אויסלערנען אז דער באשעפער פירט די וועלט און איך בין אים דאנקבאר אפילו עס גייט אנדערש ווי איך וויל. אין פופציג יאר ארום וועט עס ווערט זיין אסאך מער ווי א האלבע מיליאן דאלאר.
 
חנוך לנער על פי דרכו, גם כי יזקין לא יסור ממנו.

 
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.