אין א שטוינענדע אנטוויקלונג האבן די דזשורי געפונען דעם געוועזענעם און מעגליך קומענדיגן פרעזידענט פון אמעריקע שולדיג אין 34 קלאגעס אויף וואס דער מאנהענטן פראקואר האט אים אנגעקלאגט. דאס איז א פרעצעדענטלאזע געשיכטע אין אמעריקע אז אן אמעריקאנער פרעזידענט ווערט אנגעקלאגט און געפונען שולדיג אויף קלאגעס, וואס כאטש דאס מאכט אים נישט אומלעגאל צו קענען ווייטער לויפן פאר פרעזידענט, מאכט עס אים אבער יא אומקוואליפיצירט צו שטימען אין זיין וואוינארט פלארידא אלץ איינער וואס איז געפונען געווארן שולדיג אויף א פארברעכן.
 
ביידע זייטן פייערן דעם פסק, ווען די דעמאקראטן שרייען "קיינער איז נישט העכערן געזעץ", און "ענדליך האט מען געברענגט צו יוסטיץ דעם מערסט קארופטירטסטע פרעזידענט", און די רעפאבליקנער ווייזן אן אויף די פילע פרעצעדענטן וואס מען האט געדארפט דורכשטיפן צו אנקומען דערצו, און צייגן ווי די גאנצע קלאגע האט נישט קיין הענט און קיין פיס, און קיינע פון די פילע דריידעלעך וואלטן קיינמאל נישט גענוצט געווארן אנצוקלאגן אפילו א געווענליכע בירגער, און כל שכן ווען מען רעדט פון די באשטעטיגטע קאנדיטאט פון די אפאזיציע פארטיי, א זאך וואס די טראמפ קאמפיין נוצט אויפצוהייטערן זייער באזע, און אויפצוטרייבן געלט שטיצע ביי זיי.
 
אן אריינגיין אין די גויאישע פאליטיק ווער איז גערעכט, לאמיר אביסל באטראכטן דעם גוי טראמפ. קיינער וועט נישט לייקענען אז דער געוועזענער פרעזידענט לעבט פאר די איין זאך "כבוד", אבער כבוד איז אים נישט גענונג, ער דארף "אסאך כבוד, זייער אסאך כבוד", ער איז שוין געווען א גרויסע מיליאנער, א ביליאנער, ער לויפט שוין פאר פרעזידענט (פאר ווער עס ווייסט נישט, טראמפ איז שוין געלאפן פאר פרעזידענט אין יאר 2000 למספרם), ער לויפט שוין אויף די רעפאבליקאנער פארטיי, ער ווערט שוין דער נאמינירטער קאנדידאט פון איינע פון די צוויי גרעסטע פארטייען אין די פאראייניגטע שטאטן, ער געווינט שוין דעם פרעזידענט בענקל, אבער דאס איז אים נישט גענוג. ער דארף איבערדרייען די שטאט, יעדער מוז רעדן פון אים "רעד פון מיר, שרייב פון מיר, נאר ספּעל מיין נאמען גוט" איז געווען זיין שלאג ווארט. און אפילו ער איז הונדערט פראצענט גערעכט, עס איז א "מכשפה פאנג" (וויטש האנט) וויינט ער ווי א קראקאדיל, "אמעריקע ווערט פארוואנדעלט אין א באנענע רעפאבליק" קלאגט ער. אבער אזוי זעט מען אויס ווען מען גארט פאר כבוד.
 
וואס מען קען זיך ארויסלערענען א גוטע זאך פון דעם טראמפ איז אויסנוצן יעדע געלעגענהייט פארן ציל, ביי אים איז דער ציל כבוד, רעד פון מיר, שרייב פון מיר; ביי אונז איז דער ציל רעד פון אים - דעם אויבערשטן, שרייב איבער דעם אויבערשטן. מיר דארפן אויך כבוד, אונזער ארבעט איז צו ברענגען כבוד און אנערקענונג פארן אויבערשטן. מיר דארפן אין יעדע שמועס, און יעדע ארטיקל דערמאנען אז עס איז דא א באשעפער וואס איז איבעראל, און מיט זיין גרויסקייט, און מיט זיין מעכטיגקייט איז ער דא פאר אונז און פאר אונזערע נארישע דאגות, ער וויל מיר זאלן רעדן פון אים און טראכטן פון אים.
 
שיקט אייערע פראגעס צו askgershon@gmail.com