טראמפ געשטראפט מיט 355 מיליאן דאלאר
יז אדר א' תשפ"ד 📝
א ריכטער אין ניו יארק האט געאורטיילט אין א קעיס קעגן דעם געוועזענעם פרעזידענט אז ער דארף באצאלן קנס די פרעצעדענטלאזע סומע פון דריי הונדער און פינף און פיפציג מיליאן דאלאר קנס.
דער ריכטער האט געפונען טראמפ שולדיג אין פארשידנע ביזנעס שווינדל קלאגעס אין וואס דער ניו יארק סטעיט אטוירני דזשענעראל האט אים אנגעקלאגט, אריינגערעכענט אז ער האט איבערגעשאצט זיין ביזנעס ווערט כדי צו באקומען הלואות פון די בענק אויף בעסערע טערמינען.
ווען מיר זעען דעם ביליאנער טראמפ לויפן פון איין געריכט צום צווייטן צאלן געפעפערטע קנסות און אפיעלן נאכאמאל אפיעלן די אורטיילן, זעען מיר אז געלט און עשירות קען נישט העלפן קיין מענטש. צומאל איז א מענטש אזוי ארים, אז אויסער געלט האט ער גארנישט, און דער האט נעבעך א פנים ווי דער חכם פון סיפורי מעשיות, ער לויפט אהער און אהין, און איז אלץ גערעגט און האט טענות אויף די גאנצע וועלט, ווען פון די אנדערע זייט קען מען זען ערליכע אידן וואס אויך אויב זיי האבן נישט קיין געלט זענען זיי טריליאנערן, וואס קענען זיך ערלויבן זיך אויפצורייסן, ער קען זיך ערלויבן א גוט ווארט פאר א צווייטן, ער איז גענוג רייך. ער קען זיך ערלויבן צו לערנען פרקים משניות, ער קען זיך ערלויבן זיך אויפצורייסן מיט זיין בארד און פיאות, מיט זיין מקוה און תפילין, ער גייט ארויס אין א ריקוד און איז באמת פרייליך אז ער "האט זוכה געווען היינט צו לערנען א בלאט גמרא". ער שפירט אזא סיפוק און הנאה אז ער קען ארויסזאגן די ווערטער "אמר רבא, אמר אביי".
עס איז אמאל געווען א איד וואס איז געקומען צו רבי חיים ז"ל מיט א שווערע שאלה, ער האט געקויפט א טייערע טעסלע, ער וואוינט אין בני ברק, ווי אלע האבן אלטע ביליגע קארס, און ער וויל וויסן צי ער מעג פארקן זיין קאר נעבן זיין הויז, און דערמיט מכשיל זיין אנדערע אידן מיט קנאה. רבי חיים קוקט אים אן און פרעגט אים "וויפיל מאל האט איר שוין געעדדיגט ש"ס"? זאגט ער "ש"ס? איך?", וויפיל מסכת האט איר שוין געענדיגט?, "נאך נישט געעדיגט, איך האב געלערענט אפאר בלעטער אין ישיבה, אפאר בלעטער אין חדר", "איר קענט רואיג אהיים נעמען אייער קאר", האט אים רבי חיים געענטפערט, "עס איז נישטא וואס אייך צו מקנה זיין".
דער ראש ישיבה זאגט אלץ אז נאכדעם וואס א איד איז צוגעקלעבט צום אויבערשטן, ער דאווענט, ער לערענט, ער פריידט זיך מיט זיין לעבן, מיט זיינע פשוטע מצוות, יעצט איז געשמאק צו האבן א שיינע הויז, א שיינע קאר, אבער אן דעם קען מען נישט זיין פרייליך.
אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.