עס איז הויך יום טוב אין די סאשל מידיע וועלט, עס טוט זיך אויף טישן און בענק, די צוויי געשוואורענע חברים דער גרעסטער בעל גאווה מיסטער דאנאלד טראמפ יר"ה דער פרעזידענט פון אמעריקע און דער ארימסטער מענשט וואס האט גארנישט אויסער געלט מיסטער אילאן מאסק האבן זיך צושלאגן ווי קליינע קינדער.
 
למיר גיין פאוואליע, און אביסל צוריק גיין. ווען די וואלן סעזאן האט זיך געריקט נענטער און נענטער האבן צוויי מענטשן געזען אז איינער קען דא שטארק ארויסהעלפן דעם צווייטן, טראמפ האט געדארפט א שטופ, ער זאל קענען איבערקומען און געווינען די עטליכע סווינג שטאטן, און אילאן מאסק האט געזען דא א געלעגענהייט צו שטופן זיין אגענדע אפצואווישן אמעריקע'ס חובות. מיט גרויס פאמפע האבן די צווי גרויסהאלטערישע פערזאנען זיך צוזאם געשטעלט, זיי האבן ממש געשוואוירן פריינטשאפט, און מאסק האט אינוועסירט ביליאנען פון זיין געלט צו העלפן טראמפ, בשעת טראמפ רימט אויס דעם מאסק אויף זיינע וואונדערליכע אויפטרעפונגען און טעכנאלאגישע ערפינדונגען.
 
די לינקע שטיצער פון טעסלע האט עס נישט צו שטארק געפאלן, אבער מאסק האט זיך אוועקגעגעבן זיין ביזנעס זיינע שטיצער אבי צו העלפן זיין חבר דעם פרעזידענט, און האט געדינט דעם פרעזידענט אלץ דער פירער פון "דאודזש" פאר די לענגסטע וואס ער איז געווען ערלויבט לעגאל, הונדערט און דרייסיג טעג. ער האט מצליח געווען צו שניידן מיליאנען פון איבעריגע הוצאות פון די רעגירונג, אבער ער האט געוויסט אז דער עיקר געלט "ביליאנען" דארף קומען פון קאנגרעס, און ווען דער פרעזידענט האט געשטופט דעם "ביג ביוטיפיל ביל" וואס האט אפגעווישט אלעס וואס "דאודזש" האט געשפארט, מיט א שמוץ אריבער, איז מאסק געווארן זייער אנטוישט, און אנגהויבן בלאזן, "הזאת נעמי"? האט ער געשריגן, פארדעם האב איך מיך מוסר נפש געווען צו העלפן די רעגירונג אז מיין גאנצע ארבעט זאל גיין לטמיון? פאר טראמפ איז עס קלאר נישט געפאלן, "קריטיק - נישט מיר", און עס האט זיך אנגעהויבן א קינדערישע פליקעריי פון איינעם צו צווייטן, טראמפ האט אנגעהויבן צו טרייבן שפאס פון מאסק, און מאסק האט צוריקגעענטפערט מנה אחת אפים, עס האבן אנגעהויבן צו פליען פליקערייען אז די גויאישע מידיע גאס האט זיך באלעקט די פינגערס פון די זאפטיגע עקלדיגע לשון הרע' וואס זענען געפלויגן אהין און צוריק.
 
"ווער איז גערעכט?" האבן אלע געפרעגט, אויב איך וועל געדענקען אז דאס אלעס איז בלויז א נסיון צו זען צי איך וועל האלטן קאפ, ווער עס פירט באמת די וועלט, דעמאלטס בין איך דער געווינער.
 
וויאזוי אבער קען דאס זיין, צוויי געשוואוירענע חברים, זיי גייען צוזאמען אריין און ארויס, זיי רימען זיך אויס איינע דעם צווייטן, לאזן אפ אלע זייערע פערזענליכע וויכטיגע זאכן, ווייל "איך האב א חבר"; אבער דער אמת איז, אין די רגע וואס די חברותא'שאפט דינט שוין נישט מיינע אינטערעסן, איז דער "בעסטער חבר" נישטא מער צו געפינען, נישט נאר ער איז שוין נישט דיין חבר, ער ווייסט אפילו נישט ווער דו ביסט, און אין א סעקונדע שפעטער איז ער שוין דיין גרעסטער שונא.
 
אויב האסטו א חבר - פלעגט מוהרא"ש זאגן - איז עס דיין ווייב!