טראמפ מיטינג מיט פוטין אין אלאסקע
יח אב תשפ"ה 📝
אין די עטליכע חדשים זינט טראמפ איז אריינגעקומען אינעם ווייסן הויז, האט ער - ווי עס זעט אויס - גענומען א שטארקע ציל, צו ערייכן וואס מער שלום אפמאכן צווישן שונאים. צווישן אנדערע שטאלצירט מיט'ן מאכן שלום צווישן ארמעניע און ארבייזשאן וואס זענען געווען אין מלחמה לאנגע יאר, קאנגא און ראוואנדא האבן אויסגעארבעט א שלום, אויך פאקיסטאן און אינדיע האבן געמאכט א פייער אפשטעלן צווישן זיך, אזוי אויך האט ער געפועלט ביי די הוטיס אין תימן אויפצוהערן טעראריזירן די שיפן אינעם ים סוף, אזוי אויך האט ער אפגעשטעלט די מלחמה צווישן מדינת ישראל און איראן.
יעצט פרובירט ער שטארק אפצושטלן די מלחמה אין עזה, און אזוי אויך די לאנג פארצויגענע מלחמה צווישן רוסלאנד און אקוריינע. מיר חסידי ברסלב האבן געהאט א שווערע וועג אין די לעצטע יארן צוליב די מלחמה, ווען אוקריינע האט אפגעשפארט זייערער לופט רוימען און מען קען נאר פארן צו איינע פון די שכנות'דיגע לענדער, און פון דארט צופארן צופיס.
ב"ה אז אויסער דעם איז די מצב שטיל אין אוקריינע, אלעס גייט אן ווי געהעריג, מען פארט און מען קומט, עס איז דא אלע געברויכן. דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער. טראמפ האט שוין פרובירט מיט גוטנס מיט פוטין, אבער זיין געדולד לויפט אים אויס, ער וויל שוין זען דער זינלאזער מלחמה פאריבער.
דערפאר האט ער געמאלדן אז ער האט אפגעשמועסט צו האבן א פערזענליכע סאמיט מיט פוטין אין אלאסקע דעם קומענדיגן פרייטאג. זיין פלאן איז אז ביידע וועלן דארפן אויפגעבן טערטאריאלע אמביציעס, אביסל וועלן זיי באקומען, אבער אויך וועלן זיי דארפן מוותר זיין. ביידע זייטן זאגן דערווייל אז זיי ווילן ווייטער פייטן, פוטין וויל איינעמען די אלע חלקים וואס ער האט דערקלערט, און אוקריינע וויל צוריק כאפן אלעס וואס רוסלאנד האט פארכאפט פון זיי אין די לעצטע עלף יאר.
ווען איינע פון די אסטראנאטן זענען ארויף אויף די לבנה און האט געזען א ריזיגע שווארצע חלל, די ספעיס, און אינמיטן איז דא א קליינע בלויע גרינע באלי, דער כדור הארץ, האט ער געזאגט "אויף דעם קליינע ברעקל קריגט עטס ענק?, יעדער וויל האבן נאך א ברעקל פון דעם ברעקל."
ווען מיר זעען צווי מורישקעס קריגן זיך מיט די גאנצע ערנסטקייט אויף א ברעקל חלה, יעדער פרובירט עס צו כאפן פאר זיך, איז עס זייער פאני אין אונזערע אויגן. אבער זענען מיר דען אנדערש? ווען מיר וועלן אביסל ארויסזומען, קוקן אויף די גרעסערע בילד, לוינט זיך דען זיך צו קריגן אויף דער וועלט? דער היילגער רבי אברהם ב"ר נחמן האט זיך אמאל אויסגעדרוקט "וועלטעלע וועלטעלע, עס איז נישט ווערד אויף דיר א קרעכץ צו טון", דער אויבערשטער האט אונז באשאפן פאר וויכטיגערס פון דעם, מיר האבן א תפקיד אויף דער וועלט, עס גייט אזוי שנעל דורך די זיבעציג יאר, און דער סמ"ך מ"ם פרובירט אונז צו מאכן פארנומען מיט נארישקייטן מיט גערעכטע טענות.
לאמיר זיך לערנען פון די אלע נארישע מלחמות, אז אויך אונזערע פערזענליכע מלחמות זענען זינלאז און נאריש, און אויסער הארץ וויי ברענגט עס גארנישט.
תן בלבנו שנראה כל אחד מעלות חברנו, ולא חסרונם
קאמענטארן? 845-445-7447 אדער askgershon@gmail.com