היינט איז עס א פשוטע זאך: אז די זייגערס זענען פאריקט במשך רוב חדשים פון יאר, דאס האט מען איינגעפירט מיט בערך הונדערט פופציג יאר צוריק כדי מען זאל זיך לייגן א שעה שפעטער במשך די חלק פון יאר וואס די זון איז אינדרויסן פאר לענגערע שעות, מיט'ן ציל אויסצונוצן די ליכטיגקייט פון די זון יעדן אווענט.
 
היינט צו טאגס איז דער גאנצער זייגער רוקעריי זייער נישט פאפולער אין אמעריקע, עס זענען שוין דא אסאך לענדער וואס האבן עס מבטל געווען. רוב רובם ווילן טאקע מען זאל אויפהערן דעם איינפיר פון רוקן די זייגערס צוויי מאל א יאר, אבער עס איז זייער שווער זיך צו פאראייניגן וועלכע זייגער מען זאל לאזן.
 
מיט עטליכע יאר צוריק איז געווען א פארשלאג אין די געזעץ הייזער אין אמעריקע ווען מען האט געוואלט מבטל זיין דעם "ווינטער זייגער", אזוי אז דער פאריקטער זייגער זאל אנהאלטן א גאנץ יאר, וואס איז גאנץ לייכט דורך אין קאנגרעס, אבער איז דורכגעפאלן אין סענטאט.
 
די צייט איז דער גרעסטער שונא פאר'ן מענטש אויב מען איז נישט וואכזאם צו אים, דאס לעבן פליעט דרוך זייער שנעל, און עס נעמט נישט לאנג און מען דערזעט זיך אז עס איז דורך פילע יארן וואס איך האב עוסק געווען אין "וויכטיגע" זאכן, אבער עס איז גארנישט געבליבן. היינט - ווען מיר שרייבן די שורות - כ"א כסלו דאנקט מען דעם אויבערשטן אז דער אויבערשטער האט געראטעוועט דעם הייליגן סאטמארן רבי'ן זי"ע, ווען דער קאנדאקטער האט באשלאסן אריבער צו פארן דעם גרעניץ קיין שווייץ. אבער וואס וועט זיין מיט דיר? וואו קען מען טרעפן דעם באן וואו זיך ארויפצוכאפן און זיך ראטעווען דערמיט פון די נאציס, פון די כפירה, פון די שמוץ שטורעמעס וואס בוזשעווען? דער אויבערשטער האט דיר אויך אנגעגרייט א באן. דער באן האט זיך נארוואס אפגעשטעלט אויף א סטאנציע וואס הייסט "מסכת סנהדרין", כאפ זיך ארויף דערויף היינט, און ווילאנג דו וועסט זיך האלטן אויף דעם באן, וועסטו בלייבן אן ערליכער איד.
 
דער פריערדיגער פארשלאג וואס וואלט איינגעפירט דער גערוקטער זומער זייגער א גאנץ יאר וואלט שטארק אויסגעמאכט פאר אונז לגבי שחרית אין די ווינטער חדשים, צום ביישפיל אין די יעצטיגע צייט איז דער נץ החמה ווען מען קען דאווענען שמונה עשרה פון שחרית בערך 7:15 אין ניו יארק, אויב וואלט מען געלאזט דעם זומער זייגער אויך אום ווינטער וואלט מען נישט געקענט דאווענען שמונה עשרה פאר בערך 8:15 וואס וואלט זייער שווער געמאכט פאר די ארבייטער וואס דארפן זיין אין די ארבעט זייער פרי. פון די אנדערע זייט וואלט עס אפשר געהאלפן די וואס שטייען אויף שפעטער זיי זאלן קענען דאווענען טעגליך ביים נץ.
 
דער יעצטיגער פארשלאג וואס טראמפ וויל דורכפירן וועט טוישן די זמנים פון זומער. צום ביישפיל ווען די זמן ווערט דאס שפעטסטע אום זומער, קען מען נישט דאווענען מעריב (רבינו תם) פאר בערך 9:45, אבער לויטן נייעם ביל וועט דער זמן זיין בערך 8:45, וואס וועט שטארק ארויסהעלפן די וואס ווילן זיך לייגן פריער צו קענען אויפשטיין פריער.
 
נישט קיין חילוק צי דער פרישער פארשלאג וועט דורכגיין אדער דורכפאלן, מאך זיכער אז דו ביסט נישט קיין דורכפאל. נעם דיר נאר אפאר מינוט יעדן טאג, הייב אן צו מעביר סדרה זיין פון זונטאג, און דו וועסט אנקומען זייער ווייט, "וועסט וויסן וואו דער אויבערשטער וואוינט" (הרה"ק רבי מרדכי מנודבורנא זי"ע) און וועסט ווערן אן ערליכער איד.