טראמפ נעמט אויף זעלענסקי אין מאר-א-לאגא, פרובירנדיג צו מאכן פארשריט אין רוסלאנד-אוקריינע שלום געשפרעכן
ט טבת תשפ"ו 📝
פרעזידענט טראמפ פון אמעריקע און זעלענסקי פון אוקראינע האבן זיך געטראפן זונטאג אין מאר-א-לאגא אלס טייל פון אן אמעריקאנער-געפירטע פראבע צו פארהאנדלען א שטילשטאנד אין צוגרייטונג צו א פולקאמע שלום צווישן רוסלאנד און אוקריינע. טראמפ האט געזאגט אז די געשפרעכן זענען אין די "לעצטע שטאפלען" נאכן רעדן מיט דעם רוסישן פרעזידענט פוטין; אוקריינישע באאמטע האבן באשטעטיגט אז פארשריט איז געמאכט געווארן אויף זיכערהייט גאראנטיעס, אבער מען האלט נאך נישט ביי קיין פולשטענדיגע אפמאך.
זינט טראמפ האט אריינגעטרעטן אין דעם ווייסן הויז, האט ער געלייגט א שטארקע געוויכט אויף אויסהאמערן שלום צווישן קריגערישע צדדים. בפרט האט ער פארשפראכן צו ענדיגן דעם רוסישן קריג, וואס וואלט לויט אים זיך בכלל נישט אנגעהויבן - וואלט ער געווען אין אפיס.
אנשי שלומינו זענען מתפלל אז די מלחמה זאל זיך שוין ענדיגן. כאטש מען איז זיך מוסר נפש צו מקיים זיין דעם הייליגן רבינ'ס בקשה צו קומען, בעט מען אבער דעם אויבערשטן אז עס זאל שוין אנקומען גרינגער.
זינט רוסלאנד'ס אינוואזיע פאר פורים תשפ"ב, האט קיעוו זיך גאר שטארק קעגנגעשטעלט צו מוותר זיין אויף סיי וועלכע טעריטאריע, און געזוכט נאטא מיטגלידערשאפט און לאנג-טערמיניגע מערב שטיצע; רוסלאנד האט פארלאנגט דעמיליטאריזירטע באפער זאנעס און אינטערנאציאנאלע אנערקענונג פון זייער קאנטראל איבער די שטחים וואס זיי האבן איינגענומען. אלע ביז יעצטיגע באמיאונגען פון דיפלאמאטישע לעזונגען האבן גארנישט געברענגט, אריינגערעכנט שטרענגע אינטערנאציאנאלע סאנקציעס קעגן רוסלאנד, און שטארקע מיליטערישע מערב וועלט שטיצע פאר אוקראינע.
מען זעט דעם חורבן וואס עס קומט ארויס פון א מלחמה. יעדער שטייט אויף זיינע רעכטן. מען קען נישט אוועקגיין פון דעם אייגענעם כבוד. מען קען זיך נישט רירן, און ביזדערווייל שטארבן אויס טויזנטער סאלדאטן יעדן טאג, און ליידער זענען אויך דא אידן צווישן זיי. די זעלבע זאך איז מיט יעדע מלחמה, יעדע מחלוקה. א מלחמה מאכט חרוב, צוברעכט, און הרג'עט. קוק אוועק פון דיין כבוד און געב גערעכט פאר דיין ווייב, דיינע קינדער וועלן בליען.
די עיקר טעמעס וואס זענען נאך נישט געלייזט זענען טעריטאריע, זיכערהייט, און סאנקציעס. מען קען זיך נישט פאראייניגן וועלכע שטחים (אויב בכלל) אוקריינע וועט מוותר זיין, און פאר ווי לאנג. און עס בלייבט אומקלאר ווער וועט גאראנטירן אוקריינע'ס זיכערהייט (נאט"א מיטגלידערשאפט אדער אנדערע מיליטערישע גאראנטיעס) און מען פארהאנדלט איבער די צוקונפט פון די סאנקציעס און ווידעראויפבוי: מען ארבעט אויס די תנאים ווען די מערב וועלט וועט אראפנעמען די סאנקציעס אויף רוסלאנד און ווער וועט פינאנצירן אוקריינע'ס ווידעראויפבוי. אזוי אויך איז דא א רעדע איבער פרישע וואלן אין אוקריינע ווען די מלחמה וועט זיך ענדיגן.