"איך וועל עפענען אויף זיי די טויערן פון גהנום" האט טראמפ געשריגן רעדנדיג צו רעפארטערס וואס האבן אים געפרעגט איבער דעם וואס כאמאס האט אנגעהויבן צעגערן איבער זיך האלטן צום פייער אפשטעל דורך וואס זיי דארפן איבערגעבן יעדן שבת דריי משכונות אין אויסטויש פאר הונדערט פופציג ארעסטירע פאלעסטינער אין מדינת ישראל, "אויב ביז שבת צוועלף אזייגער ווערט נישט יעדע פון די משכונות ארויסגעלאזט, וועלן זיי געווארן ווערן וואס גהנום מיינט" האט ער געשוימט, "די משכונות וועלכע זענען ארויסגעלאזט געווארן פאריגע וואך שבת האבן אויסגעזען ווי מלחמה איבערלעבער, עס קען ווייטער נישט אזוי גיין, איך פארליר מיין געדולד".
 
טראמפ ווי זיין שטייגער האט אין א שטוינענדע מעלדונג געלאזט וויסן אז ער וויל מער נישט הערן פון קיין אפמאך מיט כאמאס איבער משכונות, און האט נישט געוואלט זאגן קיין פרטים וואס ער מיינט מיט "גהנום", זאגענדיגט "זיי זאלן בעסער נישט פרובירן". אזוי אויך האט ער גענומען א גאר פרישע צוגאנג צו עזה, א געוואגטע פלאן וואס קיינער האט זיך ביז היינט נישט געוואגט צו דערמאנען, ער וויל ארויסטרייבן אלע פאלעסטינער פון דארט, און זאגט אז די ארומיגע אראבישע מדינות וועלן זיך מוזן צושטעלן און זיי אריינעמען, "זיי באקומען ביליאנען יעדעס יאר פון אמעריקע" זיי זאלן בעסער קאאפערירן. ער זאגט אז ער פלאנט זיי נישט צוריק צו לאזן נאכדעם וואס אמעריקע בשותפות מיט נאך לענדער וועלן עס איבערבויען, "עס איז א חורבן דארט, מען דארף אלעס צואווארפן, יעדער דארף עוועקואירן".
 
"וואס איז ערגער פון אן אטאם באמבע"? האט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א אמאל געפרעגט אין בית המדרש היכל הקודש, דער עולם האט זיך געוואונדערט "וואו ווילסטו צוקומען?", האט ער געזאגט, עס איז היינט ווייסט מען אז ווען אמעריקע האט ערצייגט די אטאם באמבע סוף פון די צווייטע וועלט מלחמה, האבן זיי בלויז געהאט צווי פארטיגע באמבעס, ווען יאפאן האט זיך נישט געוואלט אונטערגעבן און ענדיגן די קריג, דער ערשטער אטאם באמבע וואס אמעריקע האט געווארפן אויפן שטאט היראשימע אין יאפאן אום כ"ז אב תש"ה האט אין סעקונדעס אומגעברענגט די אומגעהויערע צאל פון איבער אכציג טויזענט מענטשן, אבער יאפאן איז געבליבן עקשנות'דיג, עטליכע טעג שפעטער אום ג' אלול האט אמעריקע געשיקט דעם צווייטן באמבע וואס האט אומגעברענגט תיכף א געשאצטע פערציג טויזענט יאפאנעזער, אבער יאפאן שרעקט זיך ווייטער נישט. וויאזוי האבן זיי זיך געבראכן, אמעריקע האט דאן געזאגט פאר יאפאן אז זי גייט שיקן א דריטע באמבע, און דאס האט זיי געבראכן, זיי האבן זיך גענצליך אונטערגעגעבן אן קיין שום תנאים. "שרעק און פאניק איז ערגער פון אן אטאם באמבע" האט הר"ר יואל געזאגט, "אויב וואלטן זיי זיך געהאלטן נאך אביסל, וואלטן זיי געזען אז די סטראשערייען זענען סתם אין די וועלט אריין, אמעריקע וואלט דאן גענומען כאטש צוויי חדשים צו ערצייגן א פרישע באמבע, אבער די פאניק אז מען גייט שיקן א פרישע האט זיי געבראכן".
 
ביי אונזער פאל, די כאמאסניקעס, זענען מיר מתפלל אז זיי זאלן זיך טאקע ברעכן, און פאניקן און באפרייען אלע משכונות, זיי זאלן אהיים גיין בשלום צו זייערע משפחות, אבער ווען דער סמ"ך מ"ם סטראשעט אונז, פרובירט אונז אנצושרעקן אויב מיר גייען צום צדיק וועט מען נישט קענען טון קיין שידוכים (ער האט פארגעסן אז א מינוט פריער האט ער געסטראשעט אז דארט טוט מען זייער אינג שידוכים - אבער צו זיין דערשראקן דארף מען נישט רעדן מיט שכל...) אויב מען גייט צום צדיק וועט מען ווערן פארכאפט... מיר דארפן זיך נישט טענה'ן מיט'ן סמ"ך מ"ם, אויב איך וועל אויפווייזן אז ב"ה אלע טוען פיינע שידוכים, וועט ער האבן א פרישע שרעק, מיר דארפן בלויז זוכן צו טון דעם רצון השם, און דער אויבערשטער וועט שוין טון דאס זייניגע. איך גלייב באמונה שלימה אז אויב איך גיי צו א פלאץ וואס העלפט מיר אין עבודת השם, עס העלפט מיר באקומען א קשר מיט'ן אויבערשטן, עס העלפט מיר זיין א בעסערע טאטע צו מיינע קינדער, א בעסערע מאן אדער ווייב אין שטוב, וועט עס נאר העלפן ברוחניות ובגשמיות!