טראמפ פראקלאמירט א נאציאנאלן שמירת שבת טאג
יח אייר תשפ"ו 📝
אמעריקאנער אידן זענען פרייליך מיט טראמפ'ס פראקלאמאציע, נאכדעם וואס ער האט אויסגערופן א "נאציאנאלע שמירת שבת" אויף דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת במדבר הבעל"ט. ער האט געזאגט אז אלס א טייל פון אמעריקע'ס אפצייכענונג פונעם 250'סטן געבורטסטאג, וויל ער מוטיגן אמעריקאנער אידן צו היטן דעם שבת, ערקלערנדיג אז דאס וועט זיין א געוואלדיגע געלעגנהייט זיך אפצוריען פון די טאג-טעגליכע הו-הא, און וועט געבן צייט זיך מתבונן צו זיין און דאנקען דעם אויבערשטן.
אויסער דעם האט ער פראקלאמירט דעם גאנצן חודש מאי פון דעם יאר למספרם אלס א "אידישע מסורה מאנאט", און געזאגט אז אמעריקע איז שטארק דאנקבאר פאר די אידן און אנערקענט אז אידן האבן געהאט א גרויסן חלק אין בויען און מייסד זיין אמעריקע. אמעריקע שטייט אויף פילע ווירדן וואס אידישקייט האט איר געגעבן, ווי פרייהייט, אמונה און פאמיליע.
מען דערציילט אויפן הייליגער צדיק רבי אברהם ב"ר נחמן אז אין זיין לעצטן טאג אויף דער וועלט, ווען דער צדיק האט זיך געגרייט צוריקצוגעבן זיין נשמה אויף זיין קראנקן בעט, איז די חברה קדישא אריבערגעקומען, אים צוגרייטן ווי דער סדר איז. די חברה קדישא האט זיך אנגערופן צו אים: "ר' אברהם, איר האט זיך שוין מתוודה געווען?" האט ר' אברהם געענטפערט: "איר מיינט אז איך האב געווארט אויף אייך איר זאלט מיר דערמאנען זיך מתוודה צו זיין פארן אויבערשטן? א גאנץ לעבן גרייט איך מיך צוריקצוגיין צום אויבערשטן, און איך בין מיך כסדר מתוודה."
שיין וועלן מיר אויסזען אויב מיר דארפן צוקומען צו טראמפ ער זאל אונז דערמאנען צו היטן שבת, ער זאל אונז דערמאנען "אידישע ווירדן", אדער ווי שיין עס איז "זיך אויסצורוען און זיך מתבונן זיין". מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אויב מען האט נישט קיין מורה דרך. ווער איז דיין מורה דרך? עי-איי (AI)? טראמפ? סאשעל מידיע? אויב דו ווילסט האבן א גוט זיס לעבן, דו ווילסט זיין פרייליך מיט'ן שבת און שפירן די חשיבות פון אידישקייט, מוזטו טרעפן א צדיק – איינער וואס ברענגט דיך נענטער צום אויבערשטן און דערמאנט דיך כסדר וואס דיין פליכט איז דא אויף דער וועלט. טרעף א צדיק, וועט דיר זיין גוט אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט!