אין א לעצט מינוטיגע פרואוו אראפצוברענגען טראמפ טוען זיינע קעגנער אים באשולדיגן מיט ראסיזם, נאכדעם וואס א בדחן ביי זיין גרויסן ראלי אין ניו יארק סיטי האט אנגערופן "פארטא ריקא" - "אן אינזל פון שמוץ".
 
גרויסע מבינים און אנאלאזירער האבן אנגהויבן צו זינגען דעם ניגון אז דאס וואס די אלע ביז יעצטיגע אטאקעס קעגן טראמפ, די געריכט קלאגעס, אימפיטשמענטס, אטענטאטן, האבן נישט געקענט טון, וועט דער ראסיזם קלאגע ארבעטן.
 
אזוי ארבעט דער סמ"ך מ"ם, כאטש א מענטש זעט אז אלע זיינע דאגות האבן זיך אויסגעלאזט א זייפן בלאז, אלץ קינד האט ער זיך געזארגט וויאזוי זיין בר מצוה וועט אויסזען, אלץ בחור האט ער מורא געהאט אז ער וועט נישט ווערן א חתן, נאך די חתונה איז ער ארום געגאנגען מיט א דאגה ווער וועסט צו ער וועט האבן קינדער, און כאטש אויב מען קוקט צוריק זעט מען אז אלע זארגן זענען געווען אומזיסט, קומט אלץ דער ס"ך מ"ם פון פריש און זאגט אים אז דער יעצטיגער צרה איז געפערליך, און דער פלאנטער וועט דיר אונטערברענגען.
 
אבער דער אויבערשטער פירט די וועלט, און ווען א ריפארטער האט געפרעגט ביידען וואס ער זאגט צו דעם סקאנדאל אז איינער האט געזאגט מיסט אויפן פאטריקאנער אינזל, האט זיך ביידען אנגערופן, "גארביטש? טראמפ שטיצער זענען גארביטש", מער האט נישט אויסגעפעלט, און טראמפ האט זיך צוגעכאפט דערצו ווי א הונגעריגער בער נאכן ווינטער, און האט זיך ארויפגעזעצט אויף א "מיסט טראק" מיט ריזיגע אויפשריפטן דערויף פון זיין באקאנט קאמפיין סלאגאן "מאך אמעריקע געוואלדיג נאכאמאל", און שרייט און פארפירט אז העריס מיט ביידען האלטן אז זיינע שטיצער זענען מיסט, און אז זיי זענען נישט ראוי צו ווערן ערוועלט.
 
ווען עס גייט דיר איבער עפעס, ווער נישט דערשראקן, פארלאז דיך אויפן אויבערשטן אז ער קען דיר ארויסנעמען דערפון, נאך מער פון דעם, פון דעם צרה קען נאך ארויסקומען דיין ישועה. אנטלויף נישט פאר שולחן עורך, עס קומט גוטע צייטן. גלייב אז צום סוף עס וועט אלעס זיין גוט!