אין די צייט וואס די רויעך פון די אטענטאט פארזוך נייעס האט זיך נאך נישט געזעצט, ממש איידער די רעפאבליקאנער האבן זיך געגרייט אנצוהייבן זייער נאצינאלע קאנווענשאן צו באשטימען אפיציעל טראמפ אלס זייער קאנדיטאט פאר פרעזידענט אין אמעריקע, האט די טראמפ קאמפיין געמאלדן אז דזשעי די ווענס א נייער סענאטאר פון אָהייאָ וועט זיין זיין מיטלויפער אלס וויצע פרעזידענט קאנדידאט.
 
עס ווערט באריכטעט אז פונקט ווי זיין אויבערהאר מר. טראמפּ, האט אויך ווענס גאר גוטע באציאונגען מיט פילע אידן און אידישע עסקנים, א זאך וואס וואס ווערט גאר גוט אויפגענומען אויף די אידישע גאס.
 
מיר דארפן נישט קיין וואל סטריט, סאשעל מידיע, אדער טראמפ זאל אונז דערמאנען אז נאר דער באשעפער קען היטן, אבער אין א המשך צו די נייעס איבערן אטענטאט פראזוך קעגן טראמפ, איז אינטערעסאנט צו באמערקן וואס דער וואל סטריט זשורנאל באריכטעט איבער טראמפ'ס געשרייבאכטס אין זיין סאשעל מידיע "טרוט סאשעל" אז "דער באשעפער אליינס האט פארמיטן דאס אומגלויבליכע פון פאסירן".
 
און כאטש סיי טראמפ און סיי זיין וויצע שטעלן זיך ארויס אויף פילע אישוס זייער שטארק לטובת ערליכע אידן, בפרט אויף חינוך, ווי זיי שטיצן זייער שטארק "סקול טשויס", אבער מיר דארפן געדענקען אז אז נישט טראמפ און נישט זיין וויצע קען אונז ראטעווען.
 
די גמרא ברענגט (מגילה ט"ו ע"ב) "ר' נחמיה אומר כדי שלא יאמרו ישראל אחות יש לנו בבית המלך ויסיחו דעתן מן הרחמים" פארוואס אסתר המלכה האט גערופן המן צו די סעודות מיט איר און אחשורוש איז געווען ווייל זי האט מורא געהאט אז אידישע קינדער וועלן נישט בעטן דעם אויבערשטן ער זאל זיי ראטעווען פון די גזירה פון המן, ווייל "אחות יש לנו בבית המלך", מיר האבן עסקנים וואס האבן קאנעקשאנס אין די ווייט האוז און עס וועט זיין גוט.
 
דערפאר איז וויכטיג ווייטער צו מתפלל זיין אז אמעריקע זאל בלייבן א לאנד ווי אידישע קינדער זאלן קענען וואוינען און היטן תורה ומצוות און מחנך זיין די קומענדיגע דורות על דרך ישראל סבא, ביז משיח וועט קומען.