אין איינע פון זיינע ערשטע מעלדונגען נאכן ווערן ערוויילט צו ווערן דער קומענדיגער פרעזידענט פון אמעריקע האט טראמפ געמאלדן אז ער שטעלט אויף אן ארגאניזאציע אינדרויסן פון די רעגירונג מיט'ן נאמען "דעפארטמענט אף גאווערמענט עפישינסי" וואס ער רופט אויפן ראשי תיבות DOGE "דאדזש", ער האט געשטעלט זיין פריינט דער אייגענטומער פון טעסלא, עקס, און ספעיס עקס אילאן מאסק צוזאמען מיט'ן ענעריגשן ביזנעסמאן און אינדיאנער אפשטאמיגער טראמפ שטיצער וויוועק ראמאסוואמי זיי זאלן עס פירן.
 
יעדע בר דעת פארשטייט אז נאך יארן וואס די רעגירונג פירט זיך עולם כמנהגו נוהג אן קיין אחריות און אן קיין חשבון הנפש ווערן די באאמטע צוביסלעך מער און מער באקוועם, יעדער וואס האט נאר געהאט אמאל א מגע ומשא מיט די רעגירונג זעט אז דער חילוק צווישן א פריוואט געפירטע אונטערנעמונג און די רעגירונג איז זייער גרויס, די ארבעט שעות זענען מינימאל, די בענעפיטן זענען דאס מערסטע, יעדע שני וחמישי איז דער אפיס פארמאכט צוליב דעם אדער יענעם חגא, ביי לאנטש איז נישטא צו וועם צו רעדן, בשעת זייערע סערוויסעס ווערן ערגער און ערגער שטייגן אבער די אויסגאבן פון די ביוראקטיעס מיט יעדן טאג.
 
ווען א מענטש לעבט זיין לעבן אן קיין חשבון הנפש, ער גייט קיינמאל נישט איבער זיין טאג צווישן זיך אונעם אויבערשטן מיינט ער אז אלעס איז וואויל אלעס איז גוט, ער איז זיכער אז ער דאווענט יעדע תפלה מיט מנין, ער איז מעביר סדרה יעדע וואך, ווייל ער האט זיך קיינמאל נישט אפגעשטעלט טראכטן וויאזוי זעה איך אויס.
 
יעצט ווילן זיי איבערמאכן די גאנצע סטרוקטור פון די רעגירונג, מאסק האט דערקלערט אז ער האפט צו שניידן צוויי טריליאן דאלער פון די פעדעראלע בודזשעט (וואס איז בערך 30% פון די גאנצע אויסגאבן פון א יאר) און דערמיט שוין לייזן דעם דעפיציט וואס שטייט היי יאר ביי בערך 1.8 טריליאן דאלער. ער זאגט אז ער וועט איבערקוקן יעדע ווינקל פון די בוזשעט. זיי ווילן איבערארבעטן די מיליטערישע קאנטראקטן, פארבעסערן די פינאנצן ביי מעדיקעיד און מעדיקער, שניידן איבעריגע פראגראמען, עלימינירן פילע ביוראקאטישע אדמיניסטראטיווע איבעריגע פאזיציעס און רעגולאציעס, שניידן שטיקער פון סובסידיעס וואס אמעריקע שענקט פאר ביזנעסער און אויסלענדישע רעגירונגען.
 
ער האט טאקע גרויסארטיגע פלענער, עס וועט זיין אינטערעסאנט צו זען וויפיל דער אונטערנעמונג וועט מצליח זיין, דאס איז אבער זיכער אז דו קענסט גאר שטארק מצליח זיין אויב דו וועסט נעמען דעם סטראטעגיע, יעדן טאג אוועקגעבן עטליכע מינוט און איבערגיין דעם טאג, וויאזוי האט אויסגעזען מיין שמירת עינים, מיין דאווענען, האב איך געלערענט היינט, און אזוי ווייטער, אויב קומט דער באריכט אריין פאזיטיוו, דאנק דעם אויבערשטן, אויב נישט בעט דעם אויבערשטן אז מארגן זאל עס זיין גוט. דער מיטל וועט העלפן אז דיין גאווערמענט אויף זיך אליינס וועט ווערן אסאך מער עפישינט בעזר השם יתברך.