טראמפ'ס גראנדיעזע פלענער פאר'ן וועלט ארדענונג

יא שבט תשפ"ה 📝
ווען מען קוקט אויף די העדליינס זינט טראמפ האט זיך געזעצט אויפן פרעזידענט'ס שטוהל, זעט עס אויס ווי אן ADHD קינד האט נארוואס אריינשפאצירט אין קלאס. זיינע פלענער וואס ער שטעלט פאר שוועבט ערגעץ צווישן פאנטאזיע און אילוזיע... טייל פון זיי האט ער ערלעדיגט דורך אן "עקזעקוטיוו ארדער" וואס איז ווי א קעניגליכע דעקרעט אויף וואס די באדינער ענטפערן צוריק "צום באפעל", ווי צום ביישפיל ער האט געטוישט דעם נאמען פונעם "גאלף אף מעקסיקא" צו "גאלף אף אמעריקע", זאגענדיג אז דער גאלף גרענציט זיך אסאך מער מיט אמעריקע ווי מיט מעקסיקא. ער סטראשעט פאנאמע מיט צוריק כאפן דעם פאנאמע קאנאל, ווייל קארטער האט זיך באנארישט מיט'ן עס אוועקגעבן, און פאנאמע לייגט אין געפאר אמעריקע'ס זיכערהייט, מיט'ן איבערגעבן די קאנאל פירערשאפט פאר כינע. טראמפ רעדט אין גרויסן פון זיין טרוים צו פארוואנדלען קאנאדע אלץ דער איין און פופציגסטער שטאַט פון אמעריקע, ווען ער באשוליגט קאנאדא אז זיי ווערן סייווי אויסגעהאלטן דורך אמעריקע, איז נישט מער ווי יושר אז אמעריקע זאל געניסן פון אירע פילע נאטורליכע אוצרות. דער פרעזידענט פארהאנדלעט מיט דענמארק אפצוקויפן פון זיי דעם ריזיגן קאלטן אייזיגן "גרינלאד" אינזל. און צום לעצט האט ער אויסגערופן אז אמעריקע וועט איבערנעמען פון מדינת ישראל די עזה שטח, און וועט עס גענצליך איבערבויען, צוליב וואס קיינער פון די אראבישע שכנות'דיגע לענדער קימערן זיך נישט אמת'דיג וואס עס גייט דארט פאר.
איך בין זיכער אז טראמפ טראכט עכט אז ער פירט די וועלט, ער איז זיך מחי' ווען די לענדער רעגן זיך אויף זיינע ווילדע שריט און קומען זיך דערנאך בוקן און לעקן צו אים, ער האט שוין פארגעסן וואס האט פאסירט מיט אים פאר נישט לאנג צוריק ווען איין צורידערטער פארשוין האט טראץ די ריזיגע זיכערהייט פון די בעסטע שוץ סיסטעם וואס די וועלט פארמאגט די "סיקרעט סערוויס" אים געשאסן א קויל איין מילימעטער אוועק פון זיין מח. ער האט דאן מודה געווען אז דער אויבערשטער האט אים געראטעוועט. די שאלה איז אבער צי מיר געדענקען עס. ווערן מיר אויך פארשלעפט פון די נייעס? טראכטן מיר אז טראמפ און מאסק ראטעווען אמעריקע, אדער געדענקען אז זיי זענען נישט מער ווי פשוטע פארשטעלטע מענטשן אויף א פלעי וואס עס זעט באמת אויס שרעקעדיג, דער איז א מעכטיגער פריץ, א קעניג פון פילע לענדער, א העלדישער גענעראל וואס געווינט מלחמות, וואס האבן באמת נישט קיין שום מאכט מער ווי מיר און דיר.
עס טוט זיך גאנצע שפעקולאציעס אין די קרעמלעך, צי טראמפ איז א גרויסער בעל דמיון, און רעדט ברייט ווייל ער מיינט אז וואס ער וויל איז די מציאות, אדער טענה'ט דער אנדערער ער איז א געניאלער סטראטעגיסט וואס ווייסט וואס צו זאגן און וויאזוי צו אנדרייען כדי צו מאכן אנדערע טון וואס ער וויל באמת.
מיר דא וועלן הנאה האבן פונעם שיינעם פלעי און זען וויאזוי דער אויבערשטער פירט אזוי שיין די וועלט, און אונטער די אלע מעכטיגע מענטשן געפונען זיך בלויז שוואכע מענטשעלעך פאפעטס וואס דער אויבערשטער פירט זיי, טראגט זיי, און לאזט זיי זיך איינרעדן אז זיי האבן עס ארויס, און פירן אלעמען ביי די נאז.
יש מנהיג לבירה.