טראמפ'ס "גרויסע הערליכע ביל" גייט דורך אין קאנגרעס
כד אייר תשפ"ה 📝
די לאנג ערווארטעטע בודזשעט געזעץ, וואס פרעזידענט טראמפ האט גערופן די "וואן ביג ביוטיפול ביל" - די "איין גרויסע הערליכע ביל" איז אריבער אין קאנגרעס. נאך לאנגע אמפערייען צווישן די קאנגרעסלייט איז דער ביל ענדליך דורכגעגאנגען מיט געוויסע טוישונגען, אויף וואס טראמפ האט זיך געמוזט בייגן צום דרוק פון געוויסע קאנגרעסלייט פון זיין אייגענע פארטיי.
דער עיקר קענגנערשאפט איז געקומען פון קאגרעסלייט פון סאציאלע דעמאקראטישע סטיעטס ווי ניו יארק און קאליפארניע, וואס ליידן פון די שטארקע רעדוקציע פון סאלט טעקס דעדאקשן וועלכע פלעגט לאזן אראפ רעכענען די סטעיט שטייערן פונעם איינקופט, און אזוי זיך שפארן פעדעראלע שטייערן. צום סוף האט מען עס געדארפט נאכגעבן און ארויפגערוקט די דעדאקשן פון צען טויזענט צו דרייסיג טויזענט דאלער.
צווישן די הויפט זאכן וואס דער ביל טוט אויף איז:
פארגעסערט די גרעניץ וואך בודזשעט
פארלענגערט די טעקס ברעיק פון טראמפ'ס ערשטע טערמין - וואס האט געהאלטן ביים אפלויפן
נישטא מער קיין שטייערן אויף טיפס און אווערטיים
שטעלט אוועק א פאנד ווי די רעיגרונג וועט אריינלייגן טויזנט דאלער פאר יעדע קינד וואס ווערט געבוירן פון יעצט, אין וואס עלטערן וועלן קענען צולייגן געלט דערצו, און דאס קינד וועט עס ארויסנעמען ווען ער ווערט ערוואקסן.
פארלאנגט פון שטאַטן צו צאלן א גרעסערע טייל פון פוד סטעמפס און מעדיקעיד,
פארלאנגט בדרך כלל - א מינימום פון אכציג שעה א חודש ארבעט צו באקומען וועלפעיר פראגראמען
טראצדעם וואס דער ביל האט נישט קיין סאך געטוישט דער דעפעציט, וואס ווערט ערווארטע צו בלייבן ביי די צוויי טריליאן געגענט, האט דער שטאלצער טראמפ טראומפואירט דערמיט אלץ א "הערליכער גרויסער" ביל... עס האט בסך הכל געמאכט איבסל העדליינס, און געריקט אביסל געלט פון איין טאש צום צווייטן...
וואס מען זעט פון דעם ביל, איז אז עס א שאד זיך צו נעמען צום הארצן דער פאליטישער מצב, איידער די וואלן קענען די געמיטער ווערן אנגעהיצט און די ווינט פרובירט אונז צו איבערצייגן אז אז דער פאליטישן וועט זיין אונזער מציל ומושיע, און דער פארטיי וועט אונז אויסלייזן, און אויב חס וחלילה דער אנדערער וועט אריינקומען וועט חלילה זיין א גזירת כלי'.
יעצט ווען טראמפ איז אין אמט, און טייל האבן געטראכט אז ער איז ממש די ישועה פאר כלל ישראל, זעט מען אז ער קען גארנישט, אויסער איבסל אסאך בלאזן פון זיך האט קען ער גארנישט... אונזער ישועה קומט נאר פון אויבערשטן, און פאליטיק איז סך הכל אן אויג פארבלענדעניש און נאך א וועג פונעם יצר הרע מיר זאלן פארגעסן ווער עס איז באמת אין טשארדזש, און מיט וועם עס לוינט זיך צו זיין גוט. ב"ה אז מיר האבן די ריכטיגע קאנעקשאנס, מיר ווייסן וויאזוי צו באקומען אן אפוינטמענט ביים עכטן פרעזידענט, דער וואס קען אונז באמת העלפן, ער געבט פרנסה, ער געבט קינדער, ער געבט רופואות, און נאר צו אים וועלן מיר זיך ווענדן.
אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים.