טראץ וואס אין די לעצטע טעג האט טראמפ געהאט עטליכע ערנסטע דורכפעלער, צווישן זיי אז דער דזשאב-מארקעט אין אמעריקע איז אריינגעקומען פארן גאנצן למספרם יאר 2025 זייער שוואך, צו א סך הכל פון אונטער צוויי הונדערט טויזנט דזשאבס אין גאנץ אמעריקע פארן גאנצן יאר. דערנאך האט דער סופרים קאורט מבטל געווען טראמפ'ס טאריפס, זאגנדיג אז עס איז אומקאנסטיטוציאנעל, און דערנאך קומט אריין זיין צופרידנהייט ראטע זייער נידעריג.
 
אבער דאס האט נישט אפגעהאלטן טראמפ - ווי זיין שטייגער - פון טרומפואירן ביי זיין "סטעיט אוו די יוניאן" רעדע נעכטן, כאילו אלעס אין אמעריקע איז "צוריק, גרעסער, בעסער, רייכער און שטארקער ווי קיינמאל בעפאר." זיין רעדע האט געדויערט כמעט צוויי שעה, וואס מאכט עס פאר די לענגסטע "סטעיט אוו די יוניאן" רעדע אין די היסטאריע פון אמעריקע.
 
טראמפ האט זיך בארימט מיט דעם שטארקן סטאק מארקעט, נידעריגע אינפלאציע און העכערע פארדינסטן. ער האט אונטערגעשטראכן זיינע שטייער-שניטן און געמאלדן זיין פלאן אז די רעגירונג זאל "מעטשן" פענסיע-אינוועסטמענטס. ער האט ארויסגעהויבן זיינע באמיאונגען צו רעדוצירן מעדיצין פרייזן און האט שטאלצירט מיט זיינע אפמאכן מיט גרויסע טעכנאלאגיע פירמעס צו בויען זייערע אייגענע ענערגיע אינפראסטרוקטור, כדי עס זאל נישט עפעקטירן די עלעקטריציטעט פרייזן. טראמפ האט ווידערהאלט זיינע שטרענגע אימיגראציע פאליסיס און וויפיל בעסער די גרעניץ זיכערהייט איז היינט. ער האט גערעדט איבער זיינע פלענער צו פארבעסערן וואלן פארלעסליכקייט דורך פארלאנגען וואוטער איי-די. ער האט אויך גערעדט איבער איראן און האט זיי געווארנט אז זיי מוזן אויפגעבן זייערע נוקלעארע אמביציעס, אויסדרוקנדיג גרייטקייט צו אן אפמאך, אבער געווארנט אז ער איז גרייט אויף יעדן פאל. טראמפ האט נישט אויסגעלאזט זיינע פאליטישע אטאקעס; ער האט שארף אטאקירט די דעמאקראטן, זאגנדיג אז זייערע פאליסיס מאכן חרוב אמעריקע.
 
עס זעט אויס אביסל ווי א חוכא וטלולא. דער טראמפ קומט ארויס א צוביילטער פון פילע דורכפעלער וואס ער האט נארוואס געהאט, אבער ער איז דא און שרייעט אז ער איז שוין פשוט "מיד פון אזויפיל געווינען". טראמפ, וואס רעדט זיך איין אז ער פירט די וועלט, קוקט עס אבער אנדערש אן. אויב מען זינגט א פאזיטיווע ניגון, עפנט מען אויף די טירן צו הצלחה. ווען ער זאל רעדן ווי א רעזיגנירטער, וואלט ער שוין לאנג נישט דא געווען. מיר קענען נעמען דעם מעטאד פאר אונזער לעבן, דעם אמת'ן תכלית פון לעבן, און דארט ניצן דעם מיטל. וועלן מיר מצליח זיין אין אונזער אויפגאבע. מיר וועלן רעדן פון די הצלחות וואס מיר האבן, מיר וועלן זינגען "מיר זענען געווינערס". איך האב היינט גערעדט א ווארט צום אויבערשטן, איך האב געלייגט תפילין, איך האב געגעבן איין קוק ווייניגער, און דאס וועט אונז הייבן נאך העכער און העכער, און מיר וועלן זוכה זיין צו ווערן אמת'ע ערליכע אידן.
 
ולא יכלמו לנצח כל החוסים בך