טראנספארטאציע דעפארטמענט פון די מוסדות ברייטערט זיך אויס מיט דריי נייע באסעס
יט חשון תשפ"ה 📝
די מוסדות היכל הקודש גייען אן ב"ה שטארק און מיט הצלחה, די געטרייע מלמדים און מחנכים געבן זיך אוועק בלב ונפש צו לערנען מיט די קינדער תורה, מידות טובות און יראת שמים. דער עיקר דגוש לייגט מען אבער אויף אמונה, אז די קינדער זאלן וואקסן מיט דעם יסוד אז זיי זאלן וויסן און געדענקען אויף זייער גאנץ לעבן אז דער אויבערשטער איז מיט זיי, אייביג.
געלויבט דעם אויבערשטן אז די מוסדות וואקסן און בליען, עס קומען צו כסדר פרישע קינדער. צו נייעם לערן יאר תשפ"ד זענען צוגעקומען צוויי נייע קלאסן, איינס ביי די אינגלעך און איינס ביי די מיידלעך. דער וואוקס האט צוגעברענגט א נויט צו פארגרעסערן דעם טראנספארטאציע סיסטעם. בפרט ווען צוויי פון די אלטע באסעס זענען פראבלעמאטיש און זיצן אפ כסדר ביים מעקעניק.
די הנהלה האט זיך אריינגעלייגט צו טרעפן גוטע באסעס, און מיט גרויס סייעתא דשמיא, האט דער אויבערשטער צוגעפירט א גאר גוטן דיעל פון דריי גוטע באסעס פאר גוטע פרייז. די הנהלה שטארק דאנקבאר די חשובע נדבנים וואס האבן מנדב געווען דריי נייע באסעס, וואס איז אזוי נויטיג געווען צו קענען טראגן און ברענגען די קינדער זיכערערהייט.
איין באס האט מנדב געווען מו"ה יוסף פריעדמאן הי"ו, איין באס האבן מו"ה שבתי מארקוס הי"ו צוזאמען מיט זיין שותף מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו מנדב געווען, און דער דריטער באס האט מו"ה יוסף זינגער הי"ו מנדב געווען.
אינאיינעם פארמאגט יעצט דער טראנספארטאציע סיסטעם פון די מוסדות א סך הכל פון צען באסעס: איינס אין וויליאמסבורג, איינס אין קרית יואל, פינף אלטע באסעס אין שטעטל, די אויבנדערמאנטע דריי נייע באסעס, און בנוסף איז דא צוויי אלטע פראבלעמאטישע באסעס.
די טראנספארטאציע ווערט געפירט מיט גרויס געניטשאפט דורכן געטרייען מענעדזשער פון די מוסדות מו"ה אליעזר שמן הי"ו, די דרייווערס זענען אונזערע איבערגעגעבענע מלמדים פון נורסערי און קינדערגארטן מו"ה יעקב יאקאבאוויטש הי"ו און מו"ה ארי לונגער הי"ו. אויסער דעם זענען דא נאך אינגעלייט וואס העלפן צו און נעמען רוטס ווען עס פעלט אויס, צווישן זיי מו"ה בנציון יאקאבאוויטש הי"ו און מו"ה שמעון אביש הי"ו.
מיר וועלן ענדיגן מיט א שבח והודאה צום אויבערשטן אויף די געוואלדיגע הצלחה וואס די מוסדות האבן ב"ה, און מיט א תפלה אויף ווייטער אז חפץ ה' בידינו יצליח, די קינדער זאלן ווייטער וואקסן און בליען און אויסוואקסן ערליכע גוטע אידן, וואס ווילן איין זאך, טון דעם רצון ה' באמת ובתמים.