טראפיק אין פילע אייראפעאישע לופטפעלדער אנגעשטויסן
כו אלול תשפ"ג 📝
ווער עס קומט אריין אין די טעג אין פילע אייראפעאישע לופטפעלדער בכלל און נאך מער אין די איבער צוואנציג לופטפעלדער ארום אוקראינע זעט אז עס טוט זיך דארט א געוואלדיגע געפילדער, די לופטפעלדער זענען געפאקט און פארנומען, עס טוט זיך א געלויף און א טומל, איבעראל דרייען זיך ארום אידן מארבע כנפות הארץ, פון אלע שבטים און קרייזן, פון אלע שטעט און לענדער, עס טוט זיך מיט שופר בלאזן, מנינים פאר סליחות שחרית מנחה און מעריב...
ווער רעדט נאך אין די פליגערס גופא, צענדליגע טויזנטער אידן קוועטשן זיך אריין אין די שמאלע זיצן און קענען שווערליך פלאצירן זייער איבערגעפילטע "קערי אָן" רענצלעך, עס זעט עפעס אויס ווי די אידן האבן איינגענומען די עירליין אינדוסטריע... עס הערט זיך א נייגעריגע פראגע פון אן אומוויסנדע פארבייגייער "וואס גייט דא פאר? צו וועמען פארט מען, און וואס איז דער ציל?"
"אומאן, אוקריינא" איז דער ענטפער, "מיר פארן צום צדיק וואס האט געבעטן אז מיר זאלן זיין ביי זיין הייליגן ציון אין דעם פארכטיגן טאג ראש השנה"...
"אוקריינא? איר פארט אריין צו די מלחמה?"
"יא מיר פארן צום קריג, צום גרויסן מלחמה, עס טוט זיך אין מיין הארץ א שווערע מלחמה א גאנץ יאר, דער סמ"ך מ"ם וויל מיר אראפ ווארפן, צוברעכן, צוקלאפן, ער וויל מיר אוועקשלעפן פון אויבערשטן, ער רעדט מיר איין אז דער אויבערשטער איז ברוגז אויף מיר, ער וויל אז עס זאל גארנישט בלייבן פון מיר, איך קעמף א מלחמה אויף מיין סאמע עקזיסטענץ"...
"וואס האט דאס מיט אוקראינא?" פרעגט ער מיט וואונדער.
"דארט אין אוקריינא געפינט זיך דער גענעראל, דער גרויסער צדיק וואס האלט מיר ביים לעבן, דער צדיק וואס דערמאנט מיר כסדר אז איך זאל נאכאמאל פרובירן, איך זאל פארט גיין דאווענען און לערנען, אפילו איך שפיר מיך ווי טויזנט מאל גארנישט, און דער גענעראל האט מיר גערופן און האט מיר אנגעזאגט אז איך מוז קומען, דערפאר קומען מיר".
דאס הארץ איז איבערגעפילט מיט בענשאפט, פון די אויגן פליסן שוין די טרערן, מען וויל זיך שוין זען ביים הייליגן רבינ'ס ציון, מען וויל שוין אפלאדענען די שווערע שטיינער וואס ליגט אויפן הארץ.
ביים הייליגן ציון וועלן מיר טון וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט די וואך אינעם בריוו "די ערשטע זאך ווען דו קומסט אריין צו די הייליגע פלאץ, קודש הקדשים, ביים ציון - זאלסטו צוגיין צום ציון און געבן א קיש, זאלסט געבן א פרוטה לצדקה, זאגן "הרינו מקשר עצמי" און אנהויבן זאגן די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי – שטייט, ווארט ביי ווארט.
ווען דו ענדיגסט די תיקון הכללי זאלסטו זאגן די תפילה פון רבי נתן, שטייטליך ווארט ביי ווארט. זאלסט מאכן השתטחות און זיך מתוודה זיין אויף אלע חטאים עוונות ופשעים, זאלסט דערציילן אלעס אין דיין שפראך (אידיש), אלעס וואס דו האסט געטון פון ווען דו ביסט געבוירן געווארן ביז די רגע וואס דו ביסט ביים ציון, און ווען דו ענדיגסט זיך מתודה זיין - זאלסטו אנהויבן בעטן פאר דיר און פאר אלע אידן, אלע זאלן תשובה טון און אז דו זאלסט טון נאר די ווילן פונעם אייבערשטן.
ווען דו ענדיגסט מיט די ווידוי און מיט די בקשות - זאלסטו אנהויבן ספר תהלים, און אז דו וועסט קענען ענדיגן גאנץ תהילים - איז דאס זייער א גרויסע זאך, און אז נישט - זאלסטו נישט ווערן מבולבל.
אויב דו קענסט - זיי מיך מזכיר ביים ציון, די טובות וואס דו האסט באקומען פון מיר."
מיר וועלן וויינען צום אויבערשטן "רבונו של עולם העלף מיר, רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות, רבונו של עולם נעם מיך ארויס פון שאול תחתית, רבונו של עולם זיי מיר מוחל אויף מיינע חטאים, עוונות ופשעים, איך טו תשובה מיט אן אמת"
און מיט'ן אויבערשטנס הילף וועלן מיר נאך יום טוב צוריק אהיים גיין צו אונזער משפחות איבער די גאנצע וועלט מיט פרישע כחות ברוחניות ובגשמיות, אויסגעפועלט ישועות פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל.