מיט א טיפע שאק און טרויער נעמען אנשי שלומינו אויף די שוידערלעכע בשורה אז איינע פון תלמדים פון היכל הקודש הבחור החשוב שמעון ברייער ע"ה פון לאנדאן האט צוריקגעקערט זיין נשמה צום אייבערשטן!
 
שימי ע"ה איז געווען אויפן וועג קיין אמעריקע צו קענען זיין דורכאויס די זומער חדשים מיט א נישט געזונטע קינד ל"ע, פארמאגענדיג א גאלדענע הארץ וואס האט געזוכט צו טון חסד מיט אנדערע.
 
דער חשובער נפטר ע"ה האט שוין געענדיגט צענדליגע מאל מסכת תענית, נאך מיט צוויי יאר צוריק האט ער שוין געזאגט פאר איינע פון אנשי שלומינו אז ער האט שוין געענדיגט מער פון פערציג מאל די מסכת.
 
אזוי אויך האט ער געענדיגט אן א שיעור מאל משניות, שמעון פלעגט זיך אלץ דרייען מיט א משניות אין די הענט, אויסער די פילע אנדערע שיעורים וואס ער פלעגט לערנען תימידים כסדרן.
 
שמעון איז געווען א געוואלדיגע חידוש אין התחזקות, אייביג האט מען אים געזען מיט א פרייליך פנים. ווי געזאגט איז ער יעצט געווען אויפן פליגער קיין אמעריקע ווי ער האט געפלאנט צו וויילן אין די קעטסקילס, און ער האט שוין קוים געקענט אויסווארטן זיך צו קענען אריינכאפן אין שטעטל צו קענען גיין הערן שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א פון וועמען ער האט געשעפּט זיין גאנצע חיות די לעצטע זעקס יאר. אבער דער אויבערשטער האט אנדערש געוואלט, ווען אינמיטן וועג האט אים געכאפט א שרעקליכא אסטמא אטאקע פון וואס דער נפטר האט ליידער אויסגעהויכט זיין לויטערע נשמה.
 
יעצט דארפן מיר זיך מחזק זיין מיט דער ראש ישיבה'ס לימודים וואס דער ראש ישיבה זאגט אייביג "לאכן לאכט ווער ס'לאכט לעצט!" שמעון ע"ה קערט צוריק זיין נשמה צום אייבערשטן, ווען ער האט אנגעפילט זיינע טעג מיט תורה מצוות און מעשים טובים.
 
אונזער חבר שמעון בן ישכר שלמה איז אוועק אינגערהייט, ער האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות, אז מיר וועלן אים נאכמאכן, דאווענען מיט מנין, לערנען שיעורים כסדרן, זיין פרייליך טראץ אלעס וואס גייט אונז אריבער, אנגיין ווייטער און נישט קוקן אויף אלע שוועריקייטן וועט עס זיכער זיין א טובה פאר זיין נשמה.
 
זאל דער אייבערשטער העלפן ער זאל זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע און מיר זאלן הערן נאר גוטע בשורות און מיר זאלן זיך קענען מחזק זיין און זיך גוט אנגרייטן פאר די לעצטע טאג.
 
עוז והדר לבושה ותשחק ליום אחרון