שאלה: פארוואס רינט טרערן פון די אויגן ווען מען שניידט צוויבל אדער כריין?
 
ענטעפער: א גוטע פראגע, פארוואס קומט צו וויינען ווען מען שניידט אויף צוויבל, אדער ערב פסח ווען מען צומאלט די מרור וואס איז פשט פון די בכיות? מילא ווען מען רעדט צום אויבערשטן, מען לאדענט אפ די שווערע שטיינער פון הארץ דעמאלטס קומט טרערן, דאס הארץ ווערט אויסגעוואשן, און מען ווערט א נייע מענטש, אבער וואס פאסירט ווען מען שניידט אויף די ירקות?
 
דער אמת איז אז די צוויי סארטן טרערנס זענען ביידע אין א וועג די זעלבע זאך, ביידע איז א חסד השם כדי מיר זאלן זיך קענען שפירן בעסער. דער אויבערשטער האט אזוי געמאכט אז ווען מיר וויינען און עס קומט טרערן פון אונזערע אויגן ווען מיר שפירן טרויער, פארשעמט וכדומה, מאכט אונז שפירן בעסער, מען שפירט זיך אסאך לייכטער נאכדעם וואס מען וויינט זיך אויס. די זעלבע זאך אויף אן אנדערע וועג איז ביי די טרערן ווען מען שניידט אויף די שארפע גרינצייג; אין צוויבל און אין כריין ליגט א געוויסע שארפע כעמיקאל וואס הייסט שוועבל (גפרית אין לשון הקודש - סולפור אין ענגליש) און ווען מען שניידט אויף די צוויבל קומען ארויס די שוועבל ברעקעלעך וואס שוועבן אריין אין די לופט, אונזערע אויגן זענען זייער הייקל, און כדי די אויגן זאל נישט ווערן געשעדיגט פון די שוועבל האט דער אויבערשטער צוגעשטעלט די טרערן וואס זאלן אויסוואשן די אויגן און עס אפרייגן, כדי די אויגן זאלן נישט געשעדיגט ווערן.
 
ווען אונזערע זיידעס זענען געראטעוועט געווארן פונעם צווייטן וועלט מלחמה נאך אזא גרויסע חורבן, זיי האבן מקריב געווען פארן אויבערשטן זייער גאנצע משפחה אויפן עקידה, און עס האט זיי אויסגעזען ווי אלעס איז דערנאך; דער אויבערשטער האט אבער געהאלפן, און בזכות די צדיקים האבן זיי זיך געקענט שטארקן און אנהייבן פון פריש, זיי האבן חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א פרישע דור, און ווען זיי האבן זיך דערזען פסח ביים סדר, אדער חנוכה ביים ליכט צינדן ווי זיי זענען זוכה צו מקיים זיין די מצות פון אויבערשטן, ארומגענומען מיט א ווייב און קינדער, האבן זיי אויסגעבראכן אין א געוויין, זיי זענען געווען אזוי איבערגענומען אז נאך די אלע צרות האט זיי דער אויבערשטער געהאלפן אז מען האלט דא. דאס איז נישט געווען א געוויין פון טרויער, דאס איז געווען א געוויין פון שמחה.
 
היינט ווען א איד איז זוכה צו צינדן די חנוכה ליכט - זאגט דער ראש ישיבה שליט"א - זאל מען זען צו צינדן די מנורה מיט א גרויסע שמחה, קינדער קענען נישט נעמען צו זען ווי די עלטערן וויינען, ווען מען זאגט די ברכה "שעשה נסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה" זאל מען עס זאגן מיט א געוואלדיגע דערהויבנקייט און שמחה. קינדער ציען צו טאנצן, קינדער ווערן צוגעצויגן צו א פרייליכע אטמאספער, און היינטיגע צייטן איז קריטיש וויכטיג אז די קינדער זאלן ליב האבן צו זיין אינדערהיים, עס זאל זיין א פלאץ ווי עס הערשט א געשמאקע און לעבעדיגע אטמאספער.
 
אז מ'רעדט שוין פון חנוכה איז כדאי צו דערמאנען וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר, אז חנוכה דארף מען זיין אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער. שבת חנוכה פארט מען נישט קיין אומאן. ראש השנה איז די איינציגסטע מאל אין יאר וואס מיר לאזן איבער די משפחה אינדערהיים, דער רבי האט געזאגט "קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען", אבער חנוכה איז מען נאר געפארן צום רבי'ן ווען ער האט געלעבט. א בחור מהכי תתי, ער קען פארן ווען ער וויל, אבער א אינגערמאן דארף זיין אינדערהיים פארברענגען מיט די ווייב און קינדער.
 
שיקט א שאלה צו askgershon@gmail.com.