שאלה:
 
איך האב אן אינטערעסאנטע שאלה איבער די סעקיוריטי פון טשעקס. די גאנצע זאך זעט מיר אויס ווי איין גרויסע וויץ. וואס האלט צוריק א מענטש פון פשוט פרינטן א טשעק אויף פשוט'ע פאפיר, אנפירקלען דערויף סיי וועלכע סומע, און עס אריינגעבן אין באנק ווי עכטע געלט?
 
און בכלל, ביי יעדע עכטע טשעק וואס מען באקומט, שטייט דערויף קלאר די באנק אקאונט און די ראוטינג נומערן אונטן פונעם טשעק; קען דאך יעדער אליין איבערמאכן נייע טשעקס, אדער נוצן די נומערן און מאכן אן עי-סי-עיטש (ACH) טראנספער אנליין פונעם אקאונט. וויאזוי מאכט די באנק זיכער אז עס איז נישט פאלש?
 
אסתר בריינדל זאבעל
 
 
ענטפער פון גרשון קרעמער:
 
א גוטע שאלה פרעגסטו, אסתר בריינדל. עס איז זייער אינטערעסאנט; מיר באקומען א פשוט שטיקל פאפיר, און מען זאגט אונז אז עס איז ווערט טויזנט אדער אפילו א מיליאן דאלאר. וויאזוי ארבעט דאס?
 
דער אמת איז, אז א טשעק אליין איז גארנישט ווערט. עס איז בלויז א שטר וואס זאגט פארן באנק: "נעם ארויס פון מיין אקאונט אזוי און אזוי פיל געלט, און גיב עס פאר דעם מענטש." אבער כדי עס זאל נישט זיין קיין הפקר וועלט, און מען זאל נישט קענען סתם פרינטן טשעקס אין די וועלט אריין, האבן די בענק איינגעשטעלט פארשידענע סעקיוריטי סיסטעמען.
 
צוערשט איז דאס פאפיר פון א טשעק א ספעציעלע סארט; עס פארמאגט אין זיך "וואטערמארקס" (צייכענונגען וואס מען זעט נאר ווען מען האלט עס קעגן די ליכט) און "מייקרא-פרינטינג" — ווערטער וואס זענען אזוי קליין, אז פארן אויג זעט עס אויס ווי א פשוט'ע ליין, אבער מיט א פארגרעסערונג גלאז קען מען עס לייענען. אויב מען מאכט א פשוט'ע קאפי פונעם טשעק, וועט די מאשין עס נישט גוט אויפכאפן, און אפטמאל וועלן ארויפקומען גרויסע ווערטער ווי VOID (בטל) אויפן טשעק.

דערצו זענען די ראוטינג און אקאונט נומערן אונטן פונעם טשעק געדרוקט מיט א ספעציעלע מאגנעטישע טינט, וואס קאמפיוטערס קענען לייענען און נאכגיין.

וואס פאסירט אויב א גנב נוצט די נומערן און פעלשט א טשעק, אדער מאכט טשארדזשעס אנליין? פאר דעם נוצט די באנק אנדערע מיטלען. די באנק קוקט נאך יעדע אקאונט; זיי האבן דיין עכטע אונטערשריפט אויפן פייל, און אויב עפעס קוקט אויס פארדעכטיגט, אדער אויב דער טשעק איז פאר א סכום וואס מאכט נישט קיין סענס, וועט די פראוד דעפארטמענט עס אפשטעלן.

און בכלל האלטן די בענק רעקארדס פון יעדע טראנזאקציע, און אויב א גנב נעמט ארויס געלט קען מען עס נאכגיין: פון וואו ער האט עס געטאן, וואו דאס געלט איז געגאנגען, און די פאליציי קען אים גרינג כאפן.
 
עס איז דא א געוויסע סארט "טשעק" וואס איז ליידער זייער גרינג נאכצוצומאכן. עס זענען דא מענטשן וואס לעבן נעבעך ווי "מצוות אנשים מלומדה"; זיי גייען מיט פאות פאר די זעלבע סיבה פארוואס זיי גייען אין קאנטרי – ווייל דאס איז יעצט "אין". ביי אים איז נעבעך אלעס געבויט אויף דעם וואס "יעדער" טוט.
 
ווען דארף מען אויסהערן שידוכים? "אין מיין נעיבערהוד הערט מען נישט אויס פאר די פינף און צוואנציג; מיין טאכטער איז נאך אזוי יונג, זי איז נאר דריי און צוואנציג." זיי פארגעסן אבער אז די סיבה פארוואס מען דארף חתונה האבן איז פלעין, ווייל דער אויבערשטער האט אזוי געהייסן. יעדן טאג מאכט ער פאלשע טשעקס: ☑ מקוה, ☑ קאווע, ☑ סובורבען, ☑ ארבעט, ☑ "סיום" מיט חברים, ☑ גיין שלאפן. אזוי גייט נעבעך דורך א טאג נאך א טאג און ער פארגעסט פונעם אויבערשטן. ער דאווענט ב"ה, אבער ער ווייסט נישט פארוואס; ער טוט אן תפילין, אבער נעבעך נאר ווייל ער איז אזוי צוגעוואוינט.
 
דער אויבערשטער וויל מיר זאלן נוצן "עכטע" טשעקס. לייג אריין אביסל נשמה אין דיין לעבן! דו מעגסט גיין אין קאנטרי, אבער נעם מיט דעם אויבערשטן. גיי נאר אין א קאנטרי וואו עס איז דא א מקוה, א מנין, א דיין, און וואו מען לעבט מיט די אייגענע משפחה. דו מעגסט דרייוון א טעסלא, אבער דאנק דעם אויבערשטן דערפאר. געב א טאנץ אונטער ווען דו טוסט אן די הייליגע תפילין. דאווען מיט א מנין און בענטש הויך מיט א בענטשער, וועט דיר דער אויבערשטער געבן גרויס שפע און דו וועסט קענען אויסשרייבן גרויסע טשעקס.

 
פאר קאמענטארן אדער שאלות, ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.