אזוי פיל אידן פון איבער די וועלט שעפן זייער גאנצע חיות, זייער גאנצע אידישקייט, זייער גאנצע שייכות מיטן באשעפער, פונעם הייליגן ברסלבן ישיבה. יעדער שפירט פאר א זכיה צו העלפן און שטיצן דעם געוואלדיגן פראיעקט. "דער ישיבה מיטן ראש ישיבה האבן מיר געטוישן מיין לעבן", איז א סטעיטמענט וואס מ'הערט זייער אפט. דער פארציילט ווי ער האט זיך געמוטשעט מיט די קינדער, און א דאנק א דרשה, אדער א קונטרס האט ער באקומען א קלארע מהלך וויאזוי צו גיין, דער פארציילט דאס זעלבע איבער זיין שלום בית, אויף וועלכע ער האט שוין לאנג אויפגעגעבן. א דריטער האט שוין זייט זיין חתונה זיך געזעגענט פון יעדע ספר, און האט באקומען א ליבשאפט צו די תורה, דורך די עצות פון ראש ישיבה. און ליסטע גייט ווייטער און ווייטער.
יעצט דארפן די מוסדות האבן א נייע פלאץ פאר די מיידלעך, וואס האבן נישט ווי צו גיין קומענדיגע זמן. אזוי אויך איז די חדר פון די אינגלעך שוין אויסגעוואקסן. בעזרת ה' יתברך וועט מען אויפטרייבן די געלט צו קענען אהערשטלן א פרישע פלאץ פאר די סקול און פאר די חדר.
דער קאמפיין האט א ספעציעלע חשיבות, ווייל חשובע נדבנים האבן זיך אונטערגענומען צו "מעטשן" 3 מאל יעדע דאלער וואס ווערט געגעבן. דאס הייסט אז יעדע דאלער וואס וועט געגעבן ווערן פארן קאמפיין קומענדיגן מאנטאג און דינסטאג וועט ווערן 4 דאלער.
און ווי די טשערידי סיסטעם ארבעט, וועט עס זיין "אלעס אדער גארנישט", אויב אין 36 שעה וועט נישט ווערן אויפגעטריבן די גאנצע סומע ביז $500,000 וועט אלעס צוריק גיין.
דערפאר וואס א טאג נענטער עס קומט צום קאמפיין ווערט מען מער און מער געשפאנט, און מען קוקט ארויס אויפן הצלחה פונעם קאמפיין, בעזהשי"ת.
די עסקנים ארבעטן יעצט אויפן פעידזש פונעם וועבסייט, איר קענט זען וואו די ארבעט האלט יעצט אויפן פאלגענדן לינק
charidy.com/breslev