היינט דינסטאג פונקט מיטאג צוועלף אזייגער האט זיך אנגעהויבן דער יערליכער קאמפיין פאר די הייליגער ברסלבע מוסדות אויפן טשערידי פלאטפארמע. דער היי יעריגער קאמפיין האט באקומען דער נאמען "אנשי חיל" און איז געווארן איבערגעארבעט אויף א נייעם פארמאט. גלייך ווען מען האט געעפענט היינט האט שוין דער קאמפיין געהאלט איבער הונדערט און פופציג טויזנט דאלער פון "פּרי-קאמפּיין" אקטיוויטעטן. אזוי אויך האט מען געטוישט דער ציל פונעם קאמפיין. דער קאמפיין האט גענומען פאר זיך א גאָול צו האבן לכל הפחות 400 טיעמס וואס האבן דערגרייכט זייער אייגן באשטימטע גאול.
 
ברוך השם אז סיי דער ציבור אנשי שלומינו וואס האט געמאכט א טיעם, און סיי די נדבנים פון אלע שיכטן פון גאנץ כלל ישראל זענען גאר שטארק ווארעם, און יעצט ווען מיר שרייבן די שורות דינסטאג מיטאג, האט שוין דער קאמפיין דערגרייכט איבער צוויי הונדערט טויזנט דאלער נדבות, און 65 טיעמס האבן שוין דערגרייכט זייער ציל.
 
דער קאמפיין וועט אנהאלטן בעז"ה פאר די קומענדיגע צוויי טעג, היינט דינסטאג און מארגן מיטוואך, ווען אנשי שלומינו וועלן ארויסווייזן הכרת הטוב פאר די פלאץ וואס העלפט זיי א גאנץ יאר, און בעטן אלע זייערע חברים, שכנים, קרובים, און ביזנעס שותפים צו באשטייערן לכבודם. וואס מיט דאס געלט וועט דער ראש ישיבה בעז"ה ווייטער בויען די הייליגע מוסדות, אין די פילע שטעט און לענדער איבער די וועלט, מוסדות פאר אינגלעך פאר מיידלעך, פאר בחורים, פאר אינגעלייט, פאר פרויען און פאר די געברויכן פון די קהלה. חדרים, מיידל סקולס, בתי מדרשים, כוללים, מקוואת און מקוואת טהרה, מצה בעקעריי, שחיטה, בית החיים, אומאן, אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, דזשערסי סיטי, לאנדאן, מאנטשעסטער, ירושלים, בני ברק, בית שמש, אשדוד, צפת, יבנאל, און אזוי ווייטער. מיט דאס געלט וועט מען בעזרת השם ווייטער ציען ערליכע דורות, און לייגן דער עיקר דגוש אויף די אמונה, מען זאל וויסן אז דער אייבישטער איז דא, און אויפבויען געזונטע קינדער, וואס ווייסן וואס לעבן איז, און וויאזוי מען געבט זיך אן עצה אין לעבן.
 
טייערע ליינער: איר זענט זיך מחיה מיטן וועבסייט? איר שעפט חיזוק פון די "חיזוק יומי"? איר ליינט די גליונות און עצתו אמונה מיט דורשט? איר ווילט אוודאי נעמען א חלק אין די געוואלדיגע זכותים! דא האט איר די געלעגענהייט, באזוכט יעצט טשערידי/ברסלב פעידזש און זוכט אויף אייערס א ידיד אדער קרוב און זייט מחזק די הייליגע מוסדות מיט א ברייטע האנט. דער זכות וועט דער אייבישטער אייך באצאלן מיט זיין ברייטע האנט, און דער זכות וועט אייך באגלייטן לעד ולנצח נצחים!
 
אט האט איר א חלק פון די טיעמס אויפן קאמפיין:
קאמפיין בכלליות
לזכות פונעם ראש ישיבה
Light of Emuna Translation Team
 
היכל הקודש/אמעריקע:
וויליאמסבורג
בארא פארק
קרית יואל
מאנסי
קרית ברסלב ליבערטי
לעידיס אקזילערי
בית פיגא סקול
לעיקוואוד
סטעטען איילענד
 
היכל הקודש/ארץ ישראל
בני ברק
ירושלים
יבנאל
חיפה
בית שמש
צפת - טבריה
 
אויסער דעם איז דא נאך כמעט 500 טיעמס, און איז נישט מעגליך זיי אלע אויסצורעכענען, אבער איר קען זיי אויפזוכן אויפן טשערידי פיעדזש דורך מאכן א סוירטש.
 
וְאַתָּ֣ה תֶחֱזֶ֣ה מִכׇּל־הָ֠עָ֠ם אַנְשֵׁי־חַ֜יִל יִרְאֵ֧י אֱלֹקים אַנְשֵׁ֥י אֱמֶ֖ת