יא, איר קענט אויך זיין א מפיץ!
ה שבט תשפ"א 📝
איר האט אלץ געקוקט מיט קנאה'דיגע בליקן אויף די מפיצים: "פון וואו נעמען זיי די שטארקייט ארומצוגיין און מפיץ זיין"? אדער "פארוואס האב איך נישט די זיכערקייט אין מיר נישט צו ווערן דערשראקן פון שפאטישע בליקן?". גענוג מיט די קנאה. איר קענט אויך זיין א מפיץ. יא, אויך דו. דער "קרן הדפסה" האט פראקלאמירט א נייע פראגראם. זייט מנדב וועכענטליך א צאל קונטרסים עצתו אמונה, וואס וועט בעז"ה ווערן געשיקט אויף די פאסט בחנם אויף אייער זכות.
געדענקט: ווען נישט "הפצה", פון וואו וואלט מוהרא"ש געוואויר געווארן פונעם סוד פון רבי'ן? פון וואו וואלטן מיר געוויסט אז מען קען רעדן צו אייבערשטן? ווער וואלט אונז אנטפלעקט דער "סדר דרך הלימוד"? ווער וואלט אונז אויסגעלערענט וואס מיינט שלום בית?
ווער ווייסט וויפיל נאך צדיקים וואלגערן זיך צווישן אונז, זיי ווארטן נאר אז איינער זאל קומען און זיי געבן א קונטרס'ל און זיי אנטפלעקן דעם סוד פון רבין, דער סוד פון רעדן צום אייבערשטן, דער סוד פונעם דרך הלימוד?
געדענקט: דער צדיק פון קומענדיגער דור קען זיין אין אייער זכות!
קויפט אייך איין זכותים אין הפצה, וואס וועט אייך באגלייטן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. רופט 718-387-2691 עקסט. 3, אדער שיקן אן אימיעל צו donate@kerenhadfusa.org.