אין די יעצטיגע טעג ווערט אפגעצייכענט א קיילעכיג יאר זינט מען האט געעפענט די טויערן פון די תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים. דער חדר האט זיך געעפענט מיט איין מלמד און בלויז עטליכע קינדער ביי איינע פון אנשי שלומינו, וואס איז געווען גרייט צו אוועקגעבן א צימער פון זיין דירה פאר די חדר, צוביסלעך האט זיך עס פארגרעסערט און פארשפרייט, און אינצווישן האט מען שוין געעפענט נאך א כיתה, נאכדעם וואס עס זענען נתרבה געווארן די תלמידים און עס זענען צוגעקומען נאך קינדער וואס ווילן באקומען דעם ריינעם און הייליגן חינוך פון אמונה וואס דער ראש ישיבה געבט פאר זיינע תלמידים.
 
דער ראש ישיבה האט דעמאלט געשריבן פאר אנשי שלומינו אין ארץ ישראל: "די שמחה ביי אונז איז זייער גרויס אז מען האט געעפנט א חדר אין ירושלים; מיר האבן אזוי געעפנט אונזער חדר שנת תש”ע מיט געציילטע קינדער. דעמאלט איז דאס געווען דער גרעסטער חוזק; נישט חוזק פון די גאס, חוזק פון היכל הקודש! קיינער האט נישט אריינגעשיקט די קינדער, איך האב געפרעגט מוהרא”ש אויב איך קען אויפהענגען א צעטל אין בארא פארק שול ביי מוהרא”ש, מוהרא”ש האט געהאט די שליסל פון די "בולעטין בארד" וואו מען הענגט די צעטלעך, מוהרא”ש האט געעפנט די טיר און מיט א שמייכל מיר געהייסן אריינלייגן די צעטל, מוהרא”ש האט פארראכטן צוויי ווערטער; איך בין געווען זיכער אז אלע גייען אריינלייגן די קינדער, איך בין געווען צו שאנד און צו שפאט, אלע האבן געלאכט...
 
איך האב אויף קיינעם נישט געקוקט, איך האב סיי ווי נישט געהאט קיין ברירה, איך האב געדארפט א מוסד פאר מיינע קינדער; היינט קוק איך צוריק, זאג איך איין ווארט: “שכוח אייבערשטער!”
 
יעדעס מאל וואס דער ראש ישיבה פארט קיין ארץ ישראל קומט ער אלץ באזוכן דעם חדר, און ער שעפט נחת פון די ריינע קינדער תינוקות של בית רבן, ווען ער זעט ווי זיי וואקסן אויף געזונט ברוחניות וגשמיות, מען בויעט אויף די קינדער, מען לערט זיי אויס וואס עס מיינט לעבן, מען לערט זיי אויס די ריינע אמונה, נישט מורא צו האבן פאר קיינעם, און וויסן אז דער אייבישטער איז אלץ מיט זיי.
 
אין די אלע יארן זענען שוין געווען טויזנטער און טויזנטער אנשי שלומינו וואס זענען אנגעקומען צום גרויסן סוד וואס הייסט היכל הקודש, מען האט געטראפן דעם באהאלטענעם צדיק מוהרא"ש זי"ע, מען האט אנגעהויבן לעבן מיטן אייבערשטן, די גאנצע לעבן האט זיך געטוישט, אבער צום גרויס ווייטאג איז עס ווייטער געבליבן א סוד, די קומענדיגע דור, האט זיך ווידער געטראפן אין די טונקל, די קינדער האבן געלערנט אין מוסדות וואס ברסלב בכלל און היכל הקודש בפרט איז געווען אראפגעקוקט, די קינדער זיך געשעמט פון זייערע חברים, און די עלטערן האבן געהאלטן דעם גרויסן געהיימעניס מיט זיך. 
 
יעצט ווען עס האט זיך געעענדיגט זיך א גאנצע יאר פון די חדר אין ירושלים, איז א פאסיגע צייט צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער האט געטון מיט אונז, סיי אין ירושלים, און סיי אין די פילע אנדערע שטעט איבער די וועלט, אז ביי אנשי שלומינו איז ברסלב און היכל הקודש מער נישט "אונטער די קארפעט". מענטשן שטייען און שטוינען ווען זיי זעען ווי קינדער גייען ארום מיט די קונטרסים און זענען מפיץ ביי די טירן. און די הפצה און נישט קיין פארשעמטע זאך, נאר עס איז פאר זיי די בעסטע באלוינונג. די מלמדים זאגן פאר די קינדער "אויב מען וועט זיין וואויל, מען וועט האבן גענוג טיקעטס וועט מען אריינגיין אין א גורל צו קענען גיין הפצה".
 
בפרט יעצט ביי מוהרא"ש'ס יארצייט, איז דאס א געוואלדיגע שמחה ביי אנשי שלומינו, אז מען איז זוכה צו מקיים זיין מוהרא"ש'ס רצון, און איבערגעבן דעם רבינ'ס לימודים פאר די קומענדיגע דור.