יארצייט פון הייליגן רבין אפגעהאלטן אין היכל הקודש איבער די וועלט
ל תשרי תשפ"ד 📝
הונדערטער תלמידי היכל הקודש אין פילע שטעט און לענדער איבער די וועלט זענען זיך צוזאם געקומען פארגאנגענעם חול המועד סוכות ח"י תשרי צו אפרעכטן דעם יארצייט פון הייליגין רבי'ן, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ לכבוד שמחת בית השואבה און צו דאנקען דעם אויבערשטן אויף די גרויסע זכיה אז מיר ווייסן פון די עצות פון הייליגן רבין.
וויליאמסבורג:
דער צענטראלער סעודת הילולא איז פארגעקומען ביים ראש ישיבה מאנטאג נאכט אין סוכה אין הויף פון בית המדרש אויף 27 סקילמאן סטריט, ווי מען האט זיך געוואשן צו סעודה, פילע פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט צו מיטצוהאלטן, מען האט געזינגען דעם "שיר ידידות" פון הרה"ח רבי יצחק ברייטער ז"ל, וואו עס ווערט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון הייליגן רבי'ן.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דברות קודש איבער די געוואלדיגע מתנות וואס דער רבי האט איבערגעלאזט, וואס איז אן אור וואס וועט בלייבן ביז משיח וועט קומען, און אלע וואס זענען מחזק אידישע קינדער נעמען עס אפענערהייט אדער באהאלטענערהייט פונעם רבין.
דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט פון מוהרא"ש אז ברסלב'ע חסידות איז תלוי וויפיל מען לערנט דעם הייליגן רבינס ספרים, און אז רבי האט געזאגט אז לערנען די ספרים וועט עפענען אלע אדערן, וואס מיינט אז מען באקומט אמונה און מען קומט צוריק צום אייבערשטן.
דער ראש ישיבה האט שטארק מאריך געווען איבער די מתנה פון רעדן צום אויבערשטן וואס מיט דעם קען מען אלעס פועלן, "זאג א ווארט צוויי ווערטער, וועסטו מיט געדולד אנקומען צו די גרעסטע מדריגות און קענען אויספירן אלע דיינע קבלות".
פון דא און ווייטער האבן מיר געלייגט די שטעט ע"פ סדר האל"ף בי"ת
בארא פארק:
מאנטאג נאכמיטאג האבן זיך אנשי שלומינו צוזאם גענומען ביים בית המדרש אין בארא פארק ווי אלע וואס האבן געהאט קארס האבן אויפגענומען די פילע וואס האבן געזוכט וועגן אנצוקומען קיין וויליאמסבורג, און מען האט זיך אינאיינעם ארויסגעלאזט קיין וויליאמסבורג מיט צו האלטן פערזעליך דעם יארצייט סעודה ביים ראש ישיבה, אויף די וועגן זענען געווען זייער שיינע שיחות חברים, ווי מען האט געשמועס און זיך מחזק געווען מיט די עצות פון הייליגן רבין.
ביתר:
אין ביתר עילית איז מען זיך צוזאם געקומען צום גרויסן סוכה אין הויף פון מו"ה יואל קרויס שליט"א, בשעת די סעודה האט מען געהערט א שיינע שיעור פון ראש ישיבה שליט"א וואס ער האט רעקארדירט ספעציעל פאר די בני ארץ ישראל סוכות תשפ"ג. נאכן שיעור איז געווען שיינע שיחת חברים, ווען יעדער האט ארויסגעברעגנט וואס ער האט באקומען פון היכל הקודש.
בית שמש:
דינסטאג נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען אין די גרויסע סוכה פון מו"ה יצחק ראטה שליט"א, דער חשובער גאסט מו"ה יעקב גוטמאן שליט"א פון בראכפעלד האט אויפגעטרעטן און גערעדט פון די גרויסע מתנות וואס מיר באקומען פון רבין, בפרט דער סדר דרך הלימוד און שלום בית.
דערנאך זענען פארגעקומען פילע סיומים, ווי מען האט געזען וואס פאר א רייכע קהילה מען פארמאגט אין זכות פון הייליגן רבין.
בני ברק:
אויך דאס יאר איז מען זיך צוזאם געקומען צום גרויסן סעודת הילולא אין בני ברק וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך מו"ה יעקב הורוויץ שליט"א און מו"ה יואל שעכטער שליט"א אינעם גרויסן סוכה וואס מו"ה שלמה יאקאב שליט"א האט פארשאפט, מען האט געזונגען ניגונים פון ראש ישיבה פון בענקשאפט צום אויבערשטן, דערנאך האט דער גבאי מו"ה אבא חייא רייזמאן שליט"א אויפגעטרעטן און האט ארויסגעברענגט אז יעצט איז די צייט מען זאל אריינקלערן און אנהייבן צו נוצן די גרויסע מתנות וואס דער רבי געבט אונז טאג טעגליך, און אז נאר דורך הפצה קען מען בלייבן פריש.
דערנאך האט מען געהערט פאסיגע דיבורים פונעם גבאי מו"ה יואל לעווי שליט"א וואס האט גערעדט איבער דאס וואס דער רבי זאגט "מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד" און דער יארצייט געפאלט טאקע אינמיטן דעם יום טוב סוכת זמן שמחתינו. אבער וויאזוי קען מען טאקע זיין פרייליך מיט אלע איבערגייעכצער? נאר דורך די תורה, און דער רבי געבט טאקע א וועג וויאזוי יעדער איד קען לערנען, און אזוי קען טאקע יעדער אויך מקיים זיין דעם "מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד.
ער האט נאכגעזאגט פון ראש ישיבה שליט"א וואס האט געזאגט אין אומאן אז ווען מען גייט צום ציון פון הייליגן רבין דארף מען זאגן "שכח רבי", האט ער געזאגט אז יעצט ביים יארצייט דארף מיר דאנקען און זאגן "שכח רבי, שכח מוהרא"ש און שכח ראש ישיבה" אויף די אלע זיסע עצות וואס מיר באקומען פון זיי, וואס נאר אזוי קען מען באמת זיין פרייליך און אויסנוצן די הייליגע יום טוב טעג, מיט רעדן צום אויבערשטן, לערנען תורה, זיין פרייליך, בענקען צום אייבערשטן.
דערנאך זענען פארגעקומען סיומים אויף מסתות הש"ס, ששה סדרי משנה, דעם רבי'נס ספרים און נאך, און צוויי טייערע בחורים תלמידי היכל הקודש האבן געפראוועט א סיום הש"ס הבה"ח נחמן יצחק רעכניצער הי"ו און הבה"ח יואל קליין הי"ו.
דינסטאג אינדערפרי נאכן דאווענען איז פארגעקומען א גרויסע לחיים אין די סוכה אין הויף פון בית המדרש, דער גבאי מו"ה משה רעכניצער שליט"א האט גערעדט איבער די געוואלדיגע ליבשאפט וואס דער אויבערשטער האט צו יעדן איד, וואס דער הייליגער רבי איז דאס אונז מגלה.
בראכפעלד מודיעין עילית:
מאנטאג נאכט איז מען זיך צוזאם קומען אין די סוכה אין הויף פונעם בית המדרש, מו"ה יעקב גוטמאן שליט"א האט געגעבן א שיינע שמועס, איבער דעם אז מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר ווייסן פון הייליגן רבין, און אויף די שיינע מתנות וואס דער רבי געבט אונז, אז אונערע שטובער זענען נישט צום דערקענען, שטובער פון תורה, פון רעדן צום אויבערשטן, שלום בית.
דערנאך זענען פארגעקומען פילע סיומים, ווי שיין איז געווען צו זען די מתנות וואס זיי האבן באקומען פון רבי'ן, דער האט באקומען א ש"ס, דער ד' חלקי שלחן ערוך, דעם רבינס ספרים, תיקוני זוהר און אזוי ווייטער.
דינסטאג אינדערפרי נאכן שיעור גמרא האט דער מגי"ש מו"ה יעקב שליט"א פארגעלערענט תורה רס"ו אז סוכות איז אזוי ווי שבועות און האט נאכגעזאגט שיינע זאכן פון ראש ישיבה שליט"א איבער וויאזוי א אידישע שטוב דארף זיך פירן.
חיפה:
אין חיפה איז מען זיך צוזאם געקומען מאנטאג נאכט אינעם גרויסן סוכה אין הויף פון בית המדרש קהל חסידים, ווי מען האט זיך געוואשן צו א ברייטע סעודה, דער חשובער גאסט פון יבנאל מו"ה אלימלך שווארץ שליט"א האט גערעדט זייער שיינע דיבורים, איבער די געשמאקע עצות פון רבין, און איבער די זיסע דרך הלימוד, און האט ארויסגעברענגט אז מן השמים האט מען צוגעפירט אז פונקט היינט איז מען מסיים דעם תוספתא אויפן סדר וואס מוהרא"ש האט איינגעפירט, און די וואס האבן עס נאכנישט אנגעהויבן איז כדאי מען זאל זיך יעצט מיטכאפן.
טבריה:
מאנטאג נאכט ליל אושפיזא דמשה איז מען זיך צוזאם געקומען אין די גרויסע סוכה אין הויף פונעם בית המדרש היכל הקודש אין טבריה. דער גבאי מו"ה יוסף סאקס שליט"א האט געבעטן יעדער זאל פארציילן זיין סיפור התקרבות און ארויסברענגען וואס דער רבי טוט מיט אים היינט אין יאר תשפ"ד, מען האט געהערט אסאך טייערע ווערטער פון פילע פון אנשי שלומינו, פון וואס מען האט זיך שטארק מחזק געווען.
דינסטאג אינדערפרי נאכן דאווענען האט מען געמאכט א לחיים נאכן פארלערנען דעם שיעור גמרא אין די סוכה ווי דער מגי"ש מו"ה יוסף הי"ו האט ארויסגעברענגט ווי דער רבי לערט אונז אויס וויאזוי מען דארף זיך פארלאזן אויפן אויבערשטן און אז מען געבט איבער דעם טאג פארן באשעפער ווערט מען געהיילט פון אלע סארטן סטרעס און ענקזייעטי.
יבנאל:
מען איז זיך צוזאם געקומען אין סוכה אין שטוב פון מו"ה דוב קליין שליט"א, נאכן זינגען דעם "שיר ידידות" האט מען זוכה געווען צו הערן טייערע ווערטער פון הגאון ר' משה קורץ שליט"א גאב"ד יבנאל איבער די גרויסע כח וואס ליגט אין די ספרים פון הייליגן רבין, און וויאזוי עס טוישט דעם מענטש.
ירושלים עיר הקודש:
מאנטאג נאכט איז מען זיך צוזאם געקומען אין גרויסן סוכה אין הויף פון בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב ברסלב, מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, און מען האט געזונגען ווארימע ניגונים, דערנאך האט דער גבאי הר"ר יצחק שמואל פרענקל שליט"א אויפגעטרעטן און פארגעלערענט די תורה רפ"ב פון הייליגן רבין ווי דער רבי מאנט מען זאל זען צו קוקן גוט אויף יעדן איד, און דער גבאי האט געזאגט אז אויך אויף זיך דארף מען טרעפן גוטע נקודות, דערנאך האט מען גערעדט פון די גרויסע מופתים וואס מען זעט ביים הייליגן רבין ביזן היינטיגן טאג, ווען יעדער קען זאגן אויף זיך "א מופת בין איך" און מען זעט ווי דעם רבי'ן זאך לעבט אויף אייביג. צום ביישפיל מען זעט ווי א איד אין תשפ"ד בשעת זיין גאנצע פארמעגן גייט ארויף אין פלאמען אבער איז זיך מחזק מיט אמונה און מיט די עצות וואס דער רבי האט געשריבן איבער צוויי הונדערט יאר צוריק.
לאנדאן:
דינסאטג נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען אין סוכה אין הויף פון בית המדרש אויף סענט עדרוס גראו, ווי מען האט זיך געוואשן צו ברייטע סעודה לכבוד די יארצייט פון הייליגן רבין, עס האט זיך באטייליגט א חשובע גאסט דער דיין פון קהל יטב לב דסאטמאר אין לאנדאן הרה"ג ר' מאיר מארקאוויטש שליט"א וועלכע האט אויפגעטרעטן מיט גאר שטארקע דיבורים, און האט ארויסגעברענגט די חיזוק וואס די גאנצע וועלט נעמט פון הייליגן רבין, און האט פארגעלערט תורה רפ"ד, און האט מעודד געווען מען זיך זיך מחזק זיין און מחדש זיין מיט הפצה, אויף וואס די וועלט איז קריטיש אנגעוויזן. דערנאך האט מען געזונגען ניגונים פון אמונה.
מאנסי:
מאנטאג נאכט זענען זיך צוזאם געקומען א שיינע ציבור צו א סעודה לכבוד די יארצייט פון הייליגן רבין אין סוכה אין הויף פון ביהמ"ד היכל הקודש אין מאנסי, און נאכן זיך וואשן צו די סעודה האט מען מיט געהאלטן מיט א לייוו הוק אפ די דרשה פון ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג. נאכן סעודה האט מען געזונגען שיינע ווארימע ניגונים פון בענקשאפט צום אויבערשטן.
צפת:
מאנטאג נאכט זענען זיך אנשי שלומינו צוזאם געקומען אינעם גרויסן סוכה פון מו"ה נתן ראזענבערג שליט"א, נאכן זיך וואשן צום סעודה האט מען געהערט פאסיגע דיבורים פון מו"ה נתן טייכנער שליט"א אן אייניקל פון הייליגן רבין, דערנאך האט מו"ה נחמן יאקאבאוויטש שליט"א אויפגעטרעטן איבער די כח ההתחדשות וואס דער רבי לערנט אונז אויס, און אויף די באזונדערע זכי' אז מיר זענען מקורב צום רבין דורך היכל הקודש וואס מוהרא"ש און דער ראש ישיבה שליט"א לאזן אונז נישט איינשלאפן.
ביינאכט נאכן טאנצן האט מען מיטגעהאלטן מיט א לייוו הוק אפ דעם שיעור פון ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג, פון וואס אלע האבן ארויסגענומען חיזוק און עצות אויף למעשה.
קרית ברסלב:
מאנאטג נאכט איז מען זיך צוזאם געקומען אינעם גרויסן סוכה אין הויף פון בית המדרש אויף האשקי, עס איז געווען צוגעשטעלט א ברייטע סעודה, און בשעת די סעודה האט מען זיך צוגעהערט צום לייוו הוק אפ פון ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג פון וואס אלע האבן ארויסגענומען חיזוק און עצות לעובדא ולמעשה.
קרית יואל:
מאנטאג נאכט זענען פילע אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג צום סעודת הילולא ביים ראש ישיבה, און דינסטאג נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען אין גרויסן סוכה אין שטוב פונעם גבאי פון בית המדרש היכל הקודש אויף פרעמישלאן וועי הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א ווי מען האט געהערט שיינע דיבורים פונעם גבאי וואס האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון הפצה, ווי טייער און חשוב עס איז ביים אויבערשטן. און ווי די גאנצע וועלט האט חיות און חיזוק פון הייליגן רבין, און מיר דארף זיך אויפפרישן.
אויך איז פארגעקומען סעודות הילולא'ס אין נאך פילע פלעצער ווי אלעד און נאך.
דער אויבעשטער זאל העלפן דער זכות פון הייליגן רבין זאל מגין זיין אויף אונז אז מיר זאל קענען אויספירן און נוצן די אלע עצות וואס ער האט אונז געגעבן און זיין אמת'ע ערליכע אידן.
תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו