אנ"ש וועלן זיך צוזאם קומען אי"ה מיטוואך אווענט צו מנחה און מעריב אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט., און תיכף נאך מעריב וועט מען בעז"ה אריבערגיין אויפן גרויסן פארקינג לאט קעגן איבער ווי עס איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסע שיינע סוכה ווי מען וועט זיך וואשן צו א שיינע סעודה און פראווען די יארצייט סעודה פונעם הייליגן רבין זי"ע וואס פאלט אויס אינעם צווייטן טאג חוה"מ סוכות אושפיזא דמשה רעיה מהימנא.
ביי די יארצייט וועלן מיר זיך צוטיילן מיט די גרויסע ירושה וואס דער רבי האט אונז איבערגעלאזט, דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט דברי הדרכה און חיזוק, אויך וועט מהנה זיין בזהשי"ת א שיינע קאפעליע.
נאכן בענטשן וועט מען זיך בעז"ה צוריק קערן צום היכל בית המדרש, ווי מען טאנצן בתופים ובמחולות לכבוד שמחת בית השואבה.
 
תאו והתכנשו להילולא דרבינו