א גרויסע ציבור אנ"ש זענען זיך צוזאם געקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט.
מען האט זיך געוואשן צו א רייכע סעודה, וואס איז נתנדב געווארן דורך מו"ה חיים ווייס הי"ו.
מען האט געהאט א גאסט פון ארץ ישראל הרה"ג רבי משה קורץ שליט"א גאב"ד יבניאל, וואס האט אויפגעטרעטן, בתוך דבריו האט ער ארויסגעברענגט אז אס געווען תלמידים פון הייליגן רבין וואס זענען געוואך סאך מער יארן ביים רבין, רבי נתן איז נאר געווען די לעצטע אכט יאר פון רבין, און וויאזוי האט דוקא ער אזוי מצליח געווען? נאר - האט ער נאכגעזאגט פון טולטשינער רב - אז ער האט נישט געזען א תלמיד זאל זיין אזוי איבערגעגעבן צו זיין רבין ווי רבי נתן, רבי נתן האט אמאל געזאגט "איך האב מיר אויסגעהוילט מיין שכל, יעדע ווארט וואס איך האב געהערט פון רבין איז געווען נאך א שטיק שכל", דערפאר - האט געזאגט דער רב פון יבנאל - דארפן מיר פאלגן די עצות פון הייליגן רבין, וועלן מיר אויך מצליח זיין.
דער ראש ישיבה שליט"א האט דערנאך שטארק ארום גערעדט די גרויסקייט פון הפצה, רבי נתן'ס עיקר זאך איז געווען "הפצה", דערפאר דארף יעדער זען וויאזוי ער קען אויף זיין וועג טוון אין הפצה, צי בפועל, צי מיט געלט, און שטיצן די מפיצים אויף סיי וועלכע וועג.
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכע רקידה.
על ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדיקנו
בילדער
דרשה