יו ען גענעראל פארזאמלונג וואך אין מאנהעטן
יט אלול תשפ"ד 📝
אין די יעצטיגע טעג קומען ארויס פילע פרעזידענטן, פרעימיער מיניסטארן, קעניגן, דיקטאטארן און סתם שוויצערס פון די מעכטיגע שווארצע קארס, זיי באווייזן זיך די פנים מיט פארקנייטשטע שטערס און געביגלטע נעקטייס, אלע קומען אן צו אונזער שכינות אין מאנהעטן צום גרויסן "יו ען" קאמפלעקס, ווי עס וועט פארקומען א גרויסע פארזאמלונג פון די אזוי גערופענע "וועלט פירער"...
מען וועט ווארפן הערליכע פראזן, ווי די וועלט דארף "צוזאמען ארבעטן" (ארבעטן מיט מיר...) כדי צו פארבעסערן די וועלט, און בשעת זיי פארן מיט פריוואטע דזשעטס וועלן זיי שארף רופן צו מינימיזרן די די פאלושן וואס די געז פאראורזאכט, וואס דאס איז גורם קליימעט טשעינדזש, וואס איז גורם אז די וואסער זאל זיך הייבן, שטורעמעס זאלן זיך פארמירן, ווינטן זאלן בלאזן, פייערן זאלן ברענען, אלעס ביסטו שולדיג!
דערנאך וועט מען רופן פאר "אלע צדדים" (אויסער איך...) פון "אלע קאנפליקטן" פון "אלע לענדער" זאלן "זיין איינגעהאלטן" און אז מען זאל חלילה "נישט עסקעלעיטן" די מלחמות. און אפילו רוסלאנד וועט שרייען אז "לענדער טארן נישט פארלעצן די יו ען אנערקענטע גרעניצן פון אן אנדערן לאנד" וואס דאס וועט חלילה צושטערן די "וועלטס רואיגקייט"...
און אזוי וועט מען רעדן דברי "התעוררות" פאר אלע פארזאמעלטע, וואס וועלן זיך ממש ווישן די אויגן פאר געלעכטער, מען וועט הערן פון פוטין איבער נישט רודפן פאליטישע קעגנער, פון איראן איבער זייער וויכטיגע ראלע אין אנהאלטן די שלום און פרידן אויף דער וועלט, און פון כינע ווי זיי העלפן די וועלט זיך האלטן געזונט.
דאס דערמאנט אונז א דיבור וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט אז עס זענען דא מענטשן וואס ווען עס קומט אלול, זיי ברענען און ברענען אבער טוען גארנישט, מען שרייט "אלול!!!", "מען דארף תשובה טון", "אוי וויי א פחד א שרעק, דער יום הדין קומט", אבער ווען עס קומט למעשה, טוען זיי גארנישט.
מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ זאגן אז דאס קומט פון דעם וואס א מענטש מיינט אז תשובה איז א בער, מען ווייסט נישט וואו אנצוהייבן, דער אויבערשטער - זאגט זיי דער סמ"ך מ"ם פארשטעלט מיט א ווייסע בעקישע - איז אזוי ברוגז אויף דיר, קוק דיך אן, ביסט אזוי ווייט פונעם אויבערשטן, און זיי טראכן אז זיי מוזן טון עפעס וואס זיי קענען נישט, און דערפאר נעבעך טוט מען גארנישט.
מוהרא"ש פלעגט זאגן אז תשובה טון איז ממש גרינג, מען זאגט פאר'ן באשעפער - מיט טרערן אדער אָן - איך האב חרטה וואס איך האב געטון, און איך גיי שוין זיין ערליך. דערנאך טו עפעס. לייג צו עטליכע קאפיטלעך תהלים א טאג לכבוד חודש אלול, לערן אביסל מער משניות אדער גמרא, מאך דיך א שיעור אין תיקוני זוהר. טו עפעס א קלייניקייט, וועסטו אנקומען גאר ווייט!