יום טוב פסח - חג האמונה מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין שטעטל
כה ניסן תשפ"ו 📝
דער יום טוב פסח ווערט אפגעראכטן ביי גאנץ כלל ישראל גאר שיין און געשמאק, מען איז מקיים די אלע הייליגע מצוות און מנהגים מען פריידט זיך מיט די מצוות און מען שעפט זיך אן מיט אמונה אויף א גאנץ יאר. אבער אין שטעטל איז דער יום טוב פסח איינע פון די שנעסטע צייטן, בפרט אז מען האט די זכי' אז מען האט דעם ראש ישיבה אויף יום טוב, מען קען מיטהאלטן די שיינע דאווענענס, הלל, דרשות, שיעורים און שמועסן. און אויפן פארלאנג פון פולע אנשי שלומינו, וועלן מיר דא איבערגעבן א קורצע באריכט וויאזוי דער הערליכער יום טוב איז אריבער אויף אנשי שלומינו אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה אינעם שטעטל קרית ברסלב, ליבערטי.
די ערשטע טעג יום טוב זענען געווען גאר שיין, געשמאק און ווארעם, באשיינט מיט די הערליכע תפילות וואו דער ראש ישיבה איז צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעזאגט הלל. דעם ערשטן טאג יום טוב האט דער ראש ישיבה פארגעזאגט "טל" מיט א ספעציעלן געשמאק און מתיקות. נאכ'ן דאווענען איז נישט פארגעקומען קיין קידוש, וויבאלד דער מנהג איז אז מ'מישט זיך נישט.
דורכאויס די טעג פון חול המועד איז יעדן טאג פארגעקומען א הערליכער דאווענען אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה. זונטאג חול המועד האט דער ראש ישיבה געגעבן א הערליכן שיעור; קודם האט מען שיין געזינגען פסח'דיגע ניגונים, און דערנאך האט מען געהערט דעם שיעור פונעם ראש ישיבה, וואו ער האט ארומגערעדט אז מ'דארף זיך מורא'דיג פרייען אויף די זכיה פון קענען עסן מצה און אפרעכטן שיינע, הערליכע סדרים.
דער ראש ישיבה האט אויך ארומגערעדט איבער די חשיבות פון מצה, אז יעדע שטיקל מצה איז א רפואה; א מינוט נאך יום טוב איז שוין די מצה פונקט ווי א קרעקער און עס האט שוין נישט די אלע סגולות. עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז ביי געוויסע מענטשן וואס זענען דורכגעגאנגען דעם ראש ישיבה און האבן געהאט געוויסע קריצן אויפ'ן שטערן וכדומה, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דורך'ן עסן מצה קען עס אראפגיין און מ'קען ווערן אויסגעהיילט.
שביעי של פסח ביינאכט איז מען זיך צוזאמגעקומען אין דעם גרויסן שול, וואו מ'האט געזונגען פסח'דיגע ניגונים פאר א לענגערע צייט. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגעטיילט פאר יעדן פערזענליך א כוס וויין. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז א גרויסער עולם האט זיך אהערגעשלעפט ווייל זיי דארפן פרנסה, און דאס איז דאך די באקאנטע סגולה פון שביעי של פסח, ווען מען איז אריבער דעם ים און דארט איז געווען די גרויסע ביזת הים. מען זעט טאקע אז א גרויסער עולם קומט ווייל זיי ווילן זוכה זיין צו האבן ביזת הים. אבער, אז מ'האט געלט איז עס נאך נישט אלעס; די אידן האבן געהאט אסאך געלט דארט אין מדבר, אבער זיי האבן גארנישט געקענט טון דערמיט, זיי האבן עס פשוט נישט געדארפט. זיי האבן געהאט עסן פונעם אייבערשטן, און די ענני הכבוד האבן אויסגעוואשן זייערע וועש. וואס האבן זיי שוין געקענט טון מיט די אלע הויפנס פון ביזת הים? עס האט זיי נישט צופיל געהאלפן.
דער עיקר דארף מען זען מיטצונעמען די אמונה, גלייבן אינעם אייבערשטן, און זען דעם נס וואס דער אייבערשטער האט געטון. קיינער האט נישט געקענט טראכטן אז מען וועט שטיין ביים וואסער און דאס וואסער וועט זיך שפאלטן. זיי האבן געקענט טראכטן אז אפשר וועלן די מצריים שלום מאכן מיט זיי, אדער אז זיי וועלן חלילה אויסגע'הרג'עט ווערן – אזעלכע מחשבות האבן זיי געקענט האבן. אבער צו טראכטן אז דאס וואסער וועט זיך פלוצלינג שפאלטן, דאס איז שוין קיינעם נישט בייגעפאלן. דא זעט מען קלאר אז דער אייבערשטער פירט די וועלט; דער אייבערשטער האט געוויזן אז עס איז נישטא קיין טבע, עס איז נישטא קיין מקרה, און עס איז נישטא קיין מזל.
און דאס דארף מען ארייננעמען אין זיך; מ'דארף ארייננעמען אין זיך די אמונה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט. מ'דארף אלעמאל בעטן פונעם אייבערשטן. דער ראש ישיבה האט דערציילט א משל: א קעניג האט געהאט א באליבטע טאכטער און ער האט איר חתונה געמאכט. נאך די חתונה איז זי מער קיינמאל נישט געקומען באזוכן דעם טאטן. דער טאטע האט זיך זייער געבענקט, האט ער געשיקט מענטשן מען זאל איר גיין דערשרעקן. זיי האבן זיך פארשטעלט מיט מאסקעס, אנגעטון אין שווארץ, און זי איז געווארן זייער דערשראקן. דער טאטע האט אפגעשמועסט אז ער וועט שטיין אין די זייט, און ווען די טאכטער וועט שרייען, וועט ער ארויסלויפן איר ראטעווען. אזוי איז טאקע געווען; זי האט געזען ווי דער טאטע שטייט אין די זייט, האט זי געגעבן א שריי: "טאטע, ראטעווע מיך פון די שלעכטע מענטשן וואס ווילן מיר דא שלעכטס טון!" איז ער געקומען און איר געראטעוועט, און ער האט איר געזאגט: "קינד מיינס, דאס איז אלעס נאר געווען אונטערגעשטעלט. איך האב דאס אונטערגעשטעלט ווייל איך האב געזען אז דו קומסט נישט צו מיר."
דאס זעלבע איז געווען ביים ים. די אידן זענען ארויס פון מצרים און האבן שוין פארגעסן פונעם אייבערשטן און פון די נסים וואס ער האט געטון. האט דער אייבערשטער צוגעפירט אז די מצריים זאלן זיי נאכלויפן, כדי זיי זאלן נאכאמאל דארפן שרייען צום אייבערשטן; דעמאלטס האט דער אייבערשטער געזאגט: "יא, יא, איך בין דא." דאס זעלבע גייט אדורך אויף יעדן מענטש אין יעדן מצב; דער אייבערשטער וויל נאר הערן ווי דו שרייסט "טאטע". עס איז דעריבער בעסער אז מען ווארט נישט ביז דער אייבערשטער דארף שיקן אזעלכע אומאנגענעמע מצבים וואס זאלן צווינגען דעם מענטש צו שרייען "טאטע". עס איז פיל בעסער אז ער שרייט שוין "טאטע" און רעדט צום אייבערשטן נאך פאר עס קומט א צרה, ווייל אלעס וואס פאסירט מיט א מענטש איז נאר ווייל דער אייבערשטער וויל ער זאל רעדן צו אים און שרייען "טאטע".
דערנאך האט מען געזינגען ארום די טישן און מען האט געטאנצן פאר א לענגערע צייט די שירה "ויושע ה' ביום ההוא". מען האט געטאנצן און געשפרינגען מיט א געוואלדיגע שמחה און מיט גרויס קראפט. אינמיטן האט דער ראש ישיבה זיך אפגעשטעלט און געזאגט: "שטעל דיר פאר, מען גייט יעצט ארויס, מען שטייט דא נאכדעם וואס מען איז יעצט אדורך דעם וואסער. וואלסטו דען געטאנצן אזוי פארשלאפן? דו וואלסט דאך געטאנצן מיט דיין גאנצן כח - יעצט בין איך אדורך דעם ים סוף!" הערנדיג דאס, האט דער גאנצער עולם אנגעהויבן טאנצן נאך פיל שטארקער מיט א פרישע חיות.
אום צווייטן טאג יום טוב, אחרון של פסח אינדערפרי, האט מען פארגעלערנט דעם זוהר הקדוש פאר א לענגערע צייט. (אין א באזונדערן שמועס האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז פונקט ווי מען לערנט אויס פאר קינדער וויאזוי צו לערנען חומש, משניות און גמרא, דארף מען אויך האבן א מלמד וואס זאל אויסלערנען וויאזוי צו לערנען זוהר; דאס איז טאקע וואס מיר טוען יעדן שבת פארן דאווענען).
דערנאך האט מען פארגעלערנט פונעם סידור "עת רצון", דער פירוש וואס מוהרא"ש האט געשריבן אויפן סידור, וואו מען האלט יעצט ביי קריאת שמע. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז עס זענען דארט דא אזעלכע מורא'דיגע שטיקלעך, וואס ער מיינט אז אין דעם גאנצן סידור געפינט זיך נישט אזא שיין שטיקל. מוהרא"ש שמועסט דארט אויס, אז בעצם געפינען מיר זיך שוין אין א מצב וואס רוב כלל ישראל איז ליידער נישט ריין פון פגם הברית, און מיר זענען באמת זייער ווייט פונעם אייבערשטן. אבער וויאזוי קען מען טאקע מתקן זיין דעם חטא, זיך צוריקקערן צום אייבערשטן און זוכה זיין צו אלעם גוטן? דאס קען מען נאר באקומען דורך דעם וואס מען נעמט אריין אין זיך א שטארקע אמונה. און וויאזוי קען מען האבן א שטארקע אמונה? אויב א מענטש חזר'ט די צוויי פסוקים פון "שמע ישראל" און "ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד", קען ער מיט דעם צוריק אויפבויען זיין אמונה; דאס קען אים ראטעווען פון אלעם און ער קען האבן א תיקון אויף אלע זיינע עבירות פון פגם הברית.
דער ראש ישיבה האט געזאגט, אז די עצה פון זיך אנכאפן און זיך שטארקן מיט אמונה האט אים שוין פילע מאל געראטעוועט. ער האט דערציילט, אז ווען ער פלעגט אריינפאלן אין א מצב פון קטנות המוח און פלעגט טראכטן צו זיך: "וואס וועט זיין מיט מיר? וואו בין איך? וואו שטיי איך אויף דער וועלט? איך בין דאך אזוי ווייט פונעם אייבערשטן..." האט ער זיך דערמאנט פון די עצה וואס דער רבי זאגט, אז מען זאל זיך אנכאפן מיט אמונה. מען זאגט "שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד, ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד", און מען שטארקט זיך מיט פשוט'ע אמונה אז למעשה פירט דער אייבערשטער די וועלט און איך גלייב אין אים. דאס ראטעוועט א מענטש און ברענגט אים צוריק צו אלעס גוטס.
אן אינטערעסאנטע זאך האט זיך דארט אפגעשפילט ביי דעם שיעור, ווען עס איז אריינגעקומען א איד וואס איז אליין א ראש ישיבה – א ליטווישער ראש ישיבה, דער פאטער פון ר' ראובן בירנבוים. דער ראש ישיבה האט אים געזאגט: "יעצט וועלן מיר הערן א שיינע ווארט פונעם ראש ישיבה," און ער האט אים מכבד געווען צו רעדן. יענער האט געערעדט א לענגערע צייט, און דער ראש ישיבה האט אים אויסגעהערט מיט גרויס דרך ארץ און מיטגעהאלטן זיינע ווערטער.
דער גאסט האט אויך איבערגעגעבן א זייער שיינעם גרוס פארן ראש ישיבה, זאגנדיג ווי שטארק ער האט הנאה פון זיינע אייניקלעך וואס ווערן דא מחונך, און ער האט אויסגעלאבט זייער שיינעם חינוך. אויף דעם האט אים דער ראש ישיבה געענטפערט, אז דאס קומט טאקע גאר פון די פירות פון די זיידעס.
דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען. עס איז געווען א גאר ווארעמע תפילה און א זייער געשמאקער הלל, אזויווי דער ראש ישיבה לייגט עס אראפ. נאכדעם איז צוגעשטעלט געווארן א גרויסער קידוש וואו מ'האט זיך געמישט, אזויווי דער מנהג איז אז אחרון של פסח מישט מען זיך. דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט דאס וואס שטייט אין די הפטורה, אז ווען משיח וועט קומען וועלן זיך אלע חיות קענען אויסקומען צוזאמען, "וגר זאב עם כבש" און אזוי ווייטער. דאס גייט אויך ארויף אויף אידישע קינדער, אז מ'דארף לעבן צוזאמען, אפילו אויב איינער איז איין סארט מענטש און דער צווייטער איז אן אנדערע סארט. בפרט אין שטוב, האט דער ראש ישיבה געזאגט, איז זייער וויכטיג דאס צו געדענקען; אז אפילו אויב מ'איז פון אן אנדערע סארט אדער מ'איז נישט די זעלבע טייפ, דאך האט מען זיך ליב און מ'לעבט צוזאמען - דאס איז די וויכטיגסטע זאך.
שפעטער איז מען זיך צאמגעקומען צו משיח'ס סעודה. דער ראש ישיבה האט שיין אויסגעשמועסט דעם טעם פארוואס מ'קומט זיך צאם, נעמליך ווייל דער הייליגער בעל שם טוב איז דעמאלט געראטעוועט געווארן. עס איז געווען אחרון של פסח בשעת ער איז געפארן קיין ארץ ישראל זיך צו טרעפן מיטן אור החיים הקדוש כדי צו ברענגען משיח, און ער איז עטליכע מאל געראטעוועט געווארן אויפן וועג. דער ראש ישיבה האט אויסגעשמועסט די גאנצע מעשה מער באריכות, ווי אדל האט טאקע געבעטן אז מ'זאל איר לאזן לעבן און איר נישט אריינווארפן אין וואסער, נאר ענדערש אריינווארפן די כתבים; דאס איז ווייל פון איר וועט ארויסקומען אן אייניקל וואס וועט שרייבן גאר שיינע תורות וואס וועלן מחיה זיין די גאנצע וועלט, וואס דאס גייט ארויף אויפן הייליגן רבי'ן.
דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט וואס דער רבי האט געזאגט, אז צווישן אים און משיח איז נישטא קיין חילוק; דער איינציגסטער חילוק איז נאר, אז ווען משיח וועט קומען וועט שוין נישט זיין קיין בחירה און יעדער וועט עס אננעמען, אבער יעצט איז נאך דא א בחירה צי מ'זאל אננעמען דאס וואס דער רבי זאגט.
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז יעצט קאכט זיך מיט די מלחמה צווישן אמעריקע און איראן, און אזוי אויך זענען דא מלחמות איבער די גאנצע וועלט, און מענטשן קענען מיינען אז דאס איז טאקע דער וועג וויאזוי משיח וועט קומען – דורך מלחמות, וואו איינער וועט אויפקומען מיט שטערקערע געווער פונעם צווייטן, און אזוי וועט משיח אנקומען. אבער דער רבי האט געזאגט אז משיח וועט אייננעמען די וועלט אן קיין איין שאס פולווער. עס וועט אריינקומען אזא מין רוח טהרה און אזא שטארקע אמונה אין די וועלט, אז יעדער איינער וועט איינזען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט. מען וועט קענען פארגינען פאר א צווייטן אז יענער זאל אויך האבן א לאנד; מען וועט נישט דארפן מלחמה האלטן מיט קיינעם, נאר מען וועט פארגינען יעדן איינעם. אזוי וועט זיין שלום אין די גאנצע וועלט אן קיין שום מלחמות. דאס וועט זיין משיח'ס ארבעט: אריינברענגען אמונה אין די גאנצע וועלט. דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן "חסל סידור פסח" מיט א געוואלדיגע ברען, און צוגעענדיגט מיט "לשנה הבאה בירושלים". מיט דעם האט זיך דער שיינער און הערליכער יום טוב געענדיגט מיט א גאר געשמאקן טעם, וואס אלע האבן מיטגענומען אויף א גאנץ יאר.