יום שכולו תורה: א געהויבענער טאג מיט'ן ראש ישיבה פאר די "עמודי עולם"
ל חשון תשפ"ז 📝
פון: גרשון קרעמער
וויאזוי קוקט אויס דער סדר היום פון א כולל אינגערמאן וואס זיצט און הארעוועט על התורה ועל העבודה פון אינדערפרי ביז ביינאכט? די הנהלת הכולל גייט יעצט געבן א זעלטענע געלעגנהייט פאר די חשוב'ע תומכים פון כולל היכל הקודש דאס מיטצולעבן בעז"ה מיט די אייגענע אויגן.
קומענדיגן זונטאג פרשת ויצא הבעל"ט, וועט די הנהלה צושטעלן אינעם "מלון ארמון" א ספעציעלן "יום שכולו תורה" – אלס א געלעגנהייט ארויסצואווייזן הכרת הטוב פאר די אלע חשוב'ע נדיבים וואס האבן זיך אונטערגענומען א "פרנס החודש" פארן כולל היכל הקודש און האבן אפגעקויפט דעם זכות פון "עמודי עולם" פארן קומענדיגן יאר תשפ"ו. מען וועט האבן די זכיה צו פארברענגען א גאנצן טאג אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א און מיט די טייערע כולל אינגעלייט. עס וועט זיין א טאג וואס די תומכי הכולל וועלן זיך קענען פונדערנאענט באקענען מיט די לומדים און די רבני הכולל, און אינאיינעם פארברענגען אין א געשמאקע און געהויבענע אטמאספער.
עס זענען באקאנט פארשידענע "יום שכולו תורה" טעג וואס פארשידענע ארגאניזאציעס מאכן מיט גרויסע פראגראמען און זינגערס; אבער די הנהלת הכולל שטעלט דאס צו ספעציעל פאר אונזערע אנשי שלומינו, חסידי ברסלב, וועמענס גרעסטע הנאה און תענוג איז צו קענען פארברענגען במחיצת מיט'ן פונעם ראש ישיבה שליט"א.
דער געדאנק האט זיך אנגעהויבן וועבן פאַרגאַנגענעם זומער אין שטעטל, ווען איינער פון די גבאים איז עטליכע מאל אריינגעקומען אין כולל אינמיטן טאג. איין מאל ארום מיטאג-צייט האט ער צוגעזען א געוואלדיגע הלכה'דיגע קאכעניש צווישן די יונגעלייט; דער גאנצער בית המדרש האט געקאכט און געלעבט מיט א תורה'דיגע פייער פאר איבער א האלבע שעה, ווען מען האט דורכגעטון די שאלה: אויב איינער האט חלילה געגעסן אן איסור וואס האט געהאט א הכשר, ווער איז מחויב – דער בעל מכשיר, אדער דער וואס האט עס געגעסן?
דער ראש ישיבה איז פונקט דעמאלט ארויפגעגאנגען צו זיך אינדערהיים, און הערנדיג די קולות פון אונטן האט ער געהאט גאר גרויס הנאה און זיך אנגערופן: "איך מוז צוריק אראפגיין!"
דא איז געבוירן געווארן דער געדאנק: מען זאל געבן א געלעגנהייט פאר די תומכים צו שפירן און זען די וועלט פון א כולל יונגערמאן וואס זיצט און הארעוועט פון אינדערפרי ביז ביינאכט ביינאכט, אנשטאט צו גיין ארבעטן און מאכן געלט – זיי זאלן זען מיט די אייגענע אויגן וואס דאס איז די הייליגע זאך וואס זיי שטיצן.
ווען מען האט פארגעלייגט דעם פלאן פארן ראש ישיבה, האט ער געהאט גאר שטארק הנאה פונעם געדאנק און עס שטארק צוגעשטופט מען זאל עס אויספירן.
דער סדר היום וועט זיין בערך אזוי (די פונקטליכע דעטאלן קענען זיך נאך טוישן): דער טאג וועט זיך אנהייבן ארום 10:00 אינדערפרי מיט א שיעור אין א דף גמרא מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. אום 11:00 וועט מען דאווענען שחרית, און נאכדעם וועט סערווירט ווערן א רייכע פרישטאג.
דער הויכפונקט פונעם טאג וועט זיין אום 1:00 נאכמיטאג, ווען מען וועט לערנען א סימן אין שולחן ערוך אינאיינעם מיט די יונגעלייט פונעם כולל, פונקט ווי א טאג אין כולל. דער דיין וועט געבן אן אריינפיר מיט א הלכה וואס איז שטארק נוגע למעשה, בפרט פאר מענטשן וואס זענען עוסק אין קאנסטראקשן אדער פאר די וואס האבן ארבעטער, און נאכ'ן לערנען וועט ער ארויספירן דעם פסק הלכה.
אום 3:00 וועט פארקומען א ספעציעלע האלב-שעה'דיגע פראגראם וואס וועט ארייננעמען א פאנעל און א סורפרייז. אום 3:30 וועט מען דאווענען מנחה, און דערנאך וועט מען ווייטער לערנען א שיעור אין משנה ברורה. דער טאג וועט זיך ענדיגן מיט א ברייטע און רייכע סעודה פריוואט פאר די תומכים.
די סעודה וועט זיין אינעם באקאנטן געשמאקן סטיל פון די סעודות ראש חודש וואס דער כולל שטעלט צו, נאר מיט נאך א שיינעם סורפרייז אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה. לויט'ן ספעציעלן פארלאנג פונעם ראש ישיבה וועט מען ענדיגן פרי: דער טאג וועט זיך שלוסן בערך זיבן אזייגער, כדי יעדער זאל שוין קענען זיין אינדערהיים ארום ניין אזייגער.
ווער עס האט נאך נישט מסדר געווען זיין זכות, קען זיך נאך מיטכאפן – אבער מען דארף זיך מעלדן באצייטנס כדי מען זאל קענען באשטעלן דאס עסן. די גבאים זענען גרייט אויסצוארבעטן א פערזענליכן פלאן פאר יעדן איינעם, אזוי אז ער זאל קענען זיין א "פרנס החודש" פאר'ן כולל.
דער ראש ישיבה זאגט, אז דער כולל איז די ערשטע און וויכטיגסטע צדקה; דאס איז דער ענין פון א שותפות "יששכר וזבולון" – איינער גייט ארויס ארבעטן פאר פרנסה און ער האלט אויס דעם חבר וואס זיצט און לערנט. אזוי ווי דער רמ"א פסק'נט להלכה (יורה דעה סימן רמ"ו, א'): "ויכול אדם להתנות עם חבירו שהוא יעסוק בתורה והוא ימציא לו פרנסה ויחלוק עמו בשכר", אז דער זבולון באקומט א פולן חלק אין דעם לימוד התורה.
און ווי גוט וועט מען זיך פילן – ווי דער ראש ישיבה פירט אויס – ווען אין עטליכע יאר ארום וועלן בעז"ה זיין פרישע דיינים ביי אונז אין שטעטל, און דאס אלעס וועט זיין אין אייער זכות; דאס זענען די פירות פון דעם וואס מיר שטיצן היינט די חשוב'ע כולל יונגעלייט.
זיך משתתף צו זיין, פארבינדט אייך מיט די גבאי הכולל: יוסף זינגער – 347.764.2979 אדער משה ארי' שניצלער – 347.585.6166.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.