פארגאנגענעם שבת בשלח שירה העעל"ט זענען זיך צוזאם געקומען הונדערטער תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע וואס האבן אנטייל גענומען אינעם אנשי חיל קאמפיין פארגאנגענעם זומער, צו א הערליכע שבת התוועדות מיט'ן ראש ישיבה אינעם ראלי האטעל אין סאוט פאלסבורג, גאנץ נאנט צום ברסלב שטעטל, און מוצאי שבת קודש זענען געקומען צו פארן נאך הונדערטער אינגעלייט זיך צו באטייליגן ביי הכנסת ספר תורה וואס איז פארגעקומען אינעם בית המדרש פונעם האטעל. דער ספר תורה איז געשריבן געווארן לע"נ פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע, און דערנאך איז אפגעראכטן געווארן א סעודות הילולא און א סעודת מצוה לגמרה של תורה.
 
פרייטאג צו נאכטס נאך מנחה, איז דער ראש ישיבה ארויף אויפן ארון הקודש, און גערעדט עטליכע ווערטער אנצואווארימען די הערצער צום גרויס בעפארשטייענדען יארצייט, און האט געזאגט אז ביים רבי'ן האבן די תלמידים אמאל גערעדט איבער די גרויסע הילולא די חתונה וואס קומט פאר אין מירון אום ל"ג בעומר, האט זיך דער רבי אנגערופן אז עס איז אמת אז עס הערשט דארט א גרויסע שמחה, די חתונה ווערט דארט אפגעראכטן, אבער דער חתן געפונט זיך דא,
 
דער ראש ישיבה האט עס מסביר געווען, אז ווילאנג א צדיק איז אויף דער וועלט איז א גאנצער עסק וואו זיין גוף געפונט זיך, אבער נאכדעם וואס די נשמה פארלאזט דער גוף, געפונט זיך דער צדיק דארט וואו מען רעדט פון זיינע עצות, און מען פאלגט אים, דערפאר געפונט זיך רשב"י אין אומאן, ווייל דארט לערנט מען זיין תורה, דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט: "מוהרא"ש געפונט זיך דא מיט אונז, ווייל דא זאגט מען איבער זיינע ווערטער, און דא פאלגט מען אים, אלע לערנען אויף זיין דרך הלימוד, איבער וואס ער האט אזויפיל גערעדט דערפון."
 
ביים באטע פרייטאג צו נאכטס האט דער ראש ישיבה גערעדט עטליכע מאל, און אינצווישן האט מען געזונגען ווארימע ניגונים און די זמירות פון שבת קודש, דער ראש ישיבה האט אסאך גערעדט פון אמונה און מחזק געווען דעם ציבור, צווישן אנדערע האט ער געזאגט, עס שטייט "ויהי בשלח פרעה את העם", עס איז באקאנט אז "אין ויהי אלא לשון צער", האט דער ראש ישיבה געפרעגט וואס איז די ווייטאג אז אידן גייען ארויס פון מצרים?
 
האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז די גרעסטע ווייטאג איז אז מיר טראכטן אז פרעה לאזט ארויס די אידן פון מצרים, א מענטש טראכט, דער וועט מיר העלפן, יענער וועט שתדלן פאר מיר; נישטא קיין גרעסערע ווייטאג ווי א מענטש פארגעסט פון בעטן דעם אויבערשטן, עס ווערט נעבעך "נבוכים הם בארץ", מען בלאנדזשעט, ווייל "סגר עליהם המדבר" די מויל די מדבר איז פארשפארט.
 
נאכן באטע איז פארגעקומען א אינטערעסאנטע פאנעל ווי מען האט געקענט פרעגן דעם ראש ישיבה אלע סארטן שאלות, און דער ראש ישיבה שליט"א האט יעדעם געענטפערט א קלארע תשובה, אנגעזאפט מיט אמונה און חיזוק.
 
שבת קודש אינדערפרי איז פארגעקומען א שיער אינעם סידור פון מוהרא"ש "עת רצון", דער ראש ישיבה האט פארגעלערענט וואס מוהרא"ש שרייבט איבער די "שירת הים" אז מען דארף עס זאגן מיט גרויס שמחה, און אז ווען משיח וועט קומען וועט מען נאר זינגען און לויבן און זיך פרייען. און איבער דעם וואס מען דארף זיך דראפען מיט די שווערסטע נסיונות אבער מיר לאזן נישט אפ דעם אויבערשטן און די אמונה.
 
ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער אמונה, ווי חז"ל זאגן אז די אמונה אליינס איז געווען גענוג א זכות אז דער ים זאל זיך שפאלטן, זעט מען פון דעם איז וואס פאר א מצב א איד געפונט זיך נאר זאל ער זיך דראפען אין די אמונה וואס דאס וועט אים ראטעווען.
 
דער ראש ישיבה האט געדאווענט שחרית פארן עמוד לכבוד דעם יארצייט, נאכן דאווענען האט מען פארגעלערענט סיפורי מעשיות ביים קידוש די דריטע מעשה פונעם חיגר, אז מען האט אים גענומען צום פלאץ וואו "נאכט און טאג טרעפן זיך".
 
דער ראש ישיבה האט עס מסביר געווען אז דאס מיינט אז עס זאל נישט זיין קיין חילוק ביי א מענטש צי עס איז אים לעכטיג עס גייט אים גוט, אדער פארקערט, ער זאל אייביג זיין צופרידן, אזוי ווי די מעשה גייט ווייטער אז די לבנה האט געזאגט פארן זון "וואס זארגסטו פרעמעד זארגן", דערנאך האט דער ראש ישיבה ממשיך געווען איבער שלום בית ווי וויכטיג עס איז אז עס זאל זיין שלום אין שטוב מען זאל קענען זיין אן ערליכער איד.
 
ביים סעודה שבת אינדערפרי האט דער דיין שליט"א אויפגעטרעטן, און גערעדט איבער די קדושה פון יוסף הצדיק ווי ער האט זיך דערהאלטן מיט אלע נסיונות אין מצרים, און זיך אויפגשטעלט נאך יעדע דורכפאל. נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט צו די קינדער ביי חברת תהלים, און זיי פארציילט די מעשה ווי דער רבי האט געבעטן זיין אייניקל זאל מתפלל זיין אויף זיין געזונט, און דער רבי האט זייער מפליא געווען די פשוטע תפלה פונעם קינד "רבונו של עולם לאז מיין זיידע זיין געזונט".
 
אויך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט איבער די חשיבות פון יעדע קליינע זאך וואס א איד טוט היינטיגע צייטן, ווי דער הייליגער אריז"ל האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי חיים וויטאל זי"ע אז אין עקבתא דמשיחה וועט מען נישט דארפן קיין תעניתים און סיגופים נאר יעדע קליינע זאך וועט מאכן גרויסע תיקונים, אזוי אויך האט דער רבי געזאגט אז עס וועט נאך קומען א טאג וואס א פשוטע איד וועט זיין א חידוש ווי דער בעל שם טוב זי"ע, און מוהרא"ש זי"ע האט געזאגט אז דאס גייט ארויף אויפן היינטיגן דור.
 
נאך הבדלה איז פארגעקומען דער סדר אבות ובנים און די עסקנים האבן דערווייל צוגעגרייט דעם בית המדרש צום הכנסת ספר תורה, דער ראש ישיבה האט צוגעענדיגט די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה, און מען האט אנגעהויבן צו זינגען ווארימע ניגונים, דערנאך האט זיך דער ראש ישיבה אויפגעשטעלט מיטן ספר תורה און אנגעהויבן טאנצן מיטן גאנצן ציבור, יעדער האט זיך געפרייט אז זיי האבן א חלק אין די תורה, יעדער האט א וועג וויאזוי אויך ער קען לערנען תורה, מען דארף נישט פארשטיין, ווי דער רבי זאגט אין שיחת הר"ן, אז מען דארף נישט מער פון זאגן די ווערטער ווען מען לערנט.
 
דערנאך האט מען זיך געוואשן צום מלוה מלכה צום יארצייט פון מרן מוהרא"ש זי"ע און לכבוד דעם נייעם ספר תורה, עטליכע אינגע בחורים תלמידי היכל הקודש האבן מסיים געווען גאנץ ש"ס ביים סעודה, אויך האט מען געהערט דרשות פון מו"ה ישראל דוד העסקל הי"ו, פון מו"ה שבתי מארקוס הי"ו וואס האט זיך אוועקגעגעבן פאר די ספר תורה בלב ונפש, פון מו"ה יואל לעווי הי"ו גבאי היכל הקודש בני ברק, און פון מו"ה אהרן פיש הי"ו וואס איז געשטאנען בראש פונעם אנשי חיל קאמפיין מיט גרויס געטריישאפט.
 
דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן הייליגע ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט צווישן אנדערע געזאגט אז מען האט געשריבן א ספר תורה לע"נ מוהרא"ש זי"ע, וואס איז זייער פאסיג, ווייל מוהרא"ש פלעגט זאגן, אז סוף כל סוף דארף יעדער אוועקגיין פון דער וועלט, דער וואס פאלגט דעם רבין ער האט זוכה געווען דורכצוגיין ש"ס נ"ך פוסקים און אזוי ווייטער, וועט מען דאן טראגן א ספר תורה אינעם ארון, אבער דער וואס וויל פארשטיין צי מען האט יא געהאלטן דערפון צי נישט, הייסט עס לערנען אדער נישט, גייען נעבעך דורך זיינע יארן פוסט און לער, און דאן וועט מען נעבעך פירן א נבילה אינעם ארון...
 
דער ציבור איז ארויס פונעם שבת מיט גרויס חיזוק, מען האט זיך פריש פארגענומען צו פאלגן דעם רבין, מאכן יעדן טאג התבודדות, לערנען תורה, מאכן הפצה פארשפרייטן די זיסע עצות אויף דער וועלט, וואס ראטעוועט בוכשטעבליך יעדן טאג צענדליגע שטובער מיט שלום בית און חינוך און אזוי ווייטער.
 
תורת ד' תמימה משיבת נפש.