יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע
יח שבט תשע"ט 📝
די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע איז אויסגענוצט געווארן דורך אידן איבער דער גארער וועלט בכלל, און דורך אנשי שלומינו בפרט, זיך צו דערמאנען די ליכטיגע זכרונות פון מוהרא"ש און צו איבער'חזר'ן זיינע הייליגע לימודים און עס אנהאלטן אויך אויף ווייטער.
אין לויף פון זיין גאנצן הייליגן לעבן האט מוהרא"ש נאר געוואלט איין זאך, און אויף דעם האט ער געארבעט טאג און נאכט, אריינצוברענגען די לימודים פון הייליגן רבי'ן אין יעדע אידישע הויז איבער די גאנצע וועלט. צו שטארקן און מחזק זיין יעדן איד אז ער זאל וויסן און געדענקען אלעמאל אז דער אייבערשטער איז שטענדיג מיט אים, און אין סיי וועלכע מצב א איד געפונט זיך נאר קען ער אייביג זיין נאנט צום אייבערשטן, און ער קען זיך שטענדיג צוריק קערן צום אייבערשטן.
יעצט, אין די צייט פון די יומא דהילולא קדישא, דערמאנען זיך אידן ווי אזוי זיי האבן באקומען חיזוק פון די הייליגע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש במשך די אלע יארן, און נוצן אויס די צייט ווייטער ממשיך צו זיין צו לערנען די הייליגע ספרים און צו מקיים זיין וואס דארט שטייט, און מיט דעם זיך איינקויפן א פרייליך און גליקליך לעבן ברוחניות ובגשמיות.
דורכאויס די גאנצע וואך, ובפרט אין די טאג פון יארצייט, האבן צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט פוקד געווען דעם ציון הקדוש אין יבנאל און זיך אויסגעבעטן בדבר ישועה ורחמים. פילע האבן זוכה געווען אויסצוזאגן גאנץ תהלים בלי הפסק ביים ציון הק', אזוי ווי מוהרא"ש האט צוגעזאגט אין זיין צוואה אז ווער עס וועט אויסזאגן גאנץ תהלים ביי זיין קבר וועט ער זיך משתדל זיין צו איינרייסן און פועל'ן פאר יענעם א ישועה, און ספעציעל ווען א בחור אדער מיידל וועט דארט אויסזאגן תהלים, וועלן זיי זיכער געהאלפן ווערן מיט א שידוך בקרוב ובניקל.
מוהרא"ש האט געשריבן אין זיין צוואה אז אזוי ווי ביי זיין לעבן זענען אידן נתעורר געווארן צו תשובה דורך אים, די זעלבע וועט אויך זיין נאך זיין הסתלקות אז ווער עס וועט קומען צו זיין קבר וועט נתעורר ווערן תשובה צו טון און זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן. און דאס האט מען ספעציעל געקענט זען יעצט ביי די יומא דהילולא, די געוואלדיגע התעוררות וואס האט געהערשט אויפ'ן פלאץ, ווען פילע טויזנטער אידן האבן שופך שיח געווען און זיך אויסגעגאסן דאס הארץ ביים ציון הק'.
דאהי אין אמעריקע איז פארגעקומען דער צענטראלער סעודת הילולא בבית מדרשינו אין וויליאמסבורג. עס זענען זיך צוזאמגעקומען פילע אידן פון איבעראל זיך צו שטארקן אינאיינעם אין דעם געהויבענעם טאג. ביי די סעודה האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט ווי שטארק מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה וואס מיר האבן באקומען אז מיר האבן געהאט מוהרא"ש מיט אונז וואס האט אונז געלערנט די הייליגע לימודים פון רבי'ן, און די לימודים זענען ווייטער חי וקים, מיר דארפן עס נאר ווייטער לערנען און חזר'ן.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ווען ס'קומט צו רעדן פון מוהרא"ש, איז דאס זייער שווער, מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געגעבן אין לעבן, ער האט אזוי סאך געהאלפן אזויפיל אידן איבער די וועלט, אז ס'איז ממש נישט מעגליך דאס אראפצוברענגען און איבערדערציילן, כל המוסיף גורע, וויפיל מ'וועט רעדן וועט קיינמאל נישט זיין גענוג. דעריבער איז דער עיקר צו רעדן פון די לימודים און די עצות פון מוהרא"ש, ווי אזוי מיר קענען זיך שטארקן אין זיי און דאס ווייטער פארשפרייטן, דאס זענען גרעסטע מופתים פון מוהרא"ש, און דאס איז וואס מיר דארפן חזר'ן כסדר. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט אויפ'ן רבי'ן, אז די עיקר מופתים וואס מ'האט געזען ביים רבי'ן איז געווען אז יעדער איד וואס איז געקומען צום רבי'ן, ער האט אויסגעהערט און גענומען די עצות פון רבי'ן, איז געווארן איבערגעדרייט צו א נייער מענטש, ער איז געווארן אן אמת'ער ערליכער איד. דאס איז אן אמת'ער רבי, דער וואס קען העלפן אידן, ער קען אין זיי אריינברענגען א ריינע אמונה, ער קען אין זיי אריינברענגען א שטארקייט און א פרישקייט זיך שטענדיג אויפצוהויבן און זיך שטארקן צו דינען דעם אייבערשטן.
דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט וואס מוהרא"ש האט געטון ווען ער איז געווען א יונגער בחור'ל און ער האט געטראפן א ספר'ל פון הייליגן רבי'ן, און דאס האט אים געטוישט זיין לעבן, ס'האט אים געברענגט נאנט צום אייבערשטן, און דערפאר האט מוהרא"ש נישט געוואלט האלטן דעם סוד פאר זיך, האט ער גענומען פאר זיך א ציל אין לעבן, צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער איבער די גאנצע וועלט. אין יענע צייטן איז דער נאמען פון רבי'ן נאך נישט געווען באקאנט בכלל פאר זייער אסאך אידן, און חפץ ה' בידו הצליח אז ער האט זוכה געווען אריינצוברענגען די עצות און לימודים פון רבי'ן אין די גאנצע וועלט.
דאס איז אונזער פליכט ווייטער ממשיך צו זיין, יעדער האט זיך זיין וועג ווי אזוי ער קען איבערגעבן די לימודים ווייטער פאר נאך אידן, אויב דער אייבערשטער האט אונז געהאלפן און אונז געברענגט צום הייליגן רבי'ן, דארפן מיר דאס פארגינען אויך פאר נאך איינעם.
נארישע מענטשן האבן מורא פון די "כאפערס", די געטרייע מפיצים וואס טראגן ארום און פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים. וואס וויל זיי דען? וואס שטייט אין די קונטרסים? די איינציגסטע זאך וואס די קונטרסים ברענגען ארויס איז דאך נאר צו מקרב זיין יעדן איד צום אייבערשטן, צו ווייזן פאר יעדן איינציגסטן מענטש אז ער האט נאך אויך א וועג מצליח צו זיין אויף דער וועלט, אז ער זאל קיינמאל נישט אויפגעבן נאר שטענדיג זיך אויפהויבן און זיך מחזק זיין, צו וויסן א וועג ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער, ווי אזוי צו האבן שלום בית, און נאך פילע גוטע עצות אין לעבן. ווען דער מפיץ קומט צום טיר מיט א קונטרס, איז ער נישט דא געקומען צו פארכאפן מענטשן קיין ברסלב, ער איז געקומען מזכה צו זיין אידן מיט חיזוק און אמונה, מיט עצות און הילף, מ'זאל ווייטער קענען אנגיין אין לעבן, נאר אויך ארייננעמען דעם אייבערשטן אין זייער לעבן.
נאך די דרשה האט מען געבענטשט ברכת המזון, און דערנאך איז פארגעשטעלט געווארן א שיינע סלייד פרעזענטאציע איבער די גרויסקייט פון הפצה, מען האט געהערט ערשטהאנטיגע מעשיות פון פילע מפיצים ווי אזוי די הייליגע ספרים און קונטרסים זענען מחי' און מחזק אזויפיל טויזנטער אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט.
דערנאך איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט פרישע קבלות טובות זיך צו שטארקן ווייטער מיט די לימודים פון מוהרא"ש און ארויסהעלפן דאס פארשפרייטן איבער די וועלט.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן טאקע זיך ווייטער האלטן אינאיינעם און ממשיך זיין צו דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א.
לזכר עולם יהיה צדיק!
בילדער