די קומענדיגע וואך מיטוואך, י"ז שבט, געפאלט די זיבעטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע. מיט יעדן טאג נענטער צום יארצייט דערקענט זיך די התעוררות און התרגשות ביי אנשי שלומינו בפרט, און ביי אידן איבער די וועלט בכלל, צו דעם געהויבענעם טאג. מוהרא"ש פלעגט זאגן "ביים יומא דהילולא פון א צדיק, קומט ארויס און מען זעט וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט פאר די וועלט", מען זעט ווי די לימודים און עצות וואס ער האט געלערנט מיט אידישע קינדער ביים לעבן, זענען ווייטער חי וקים, זיי זענען מחזק און מעורר אלץ מער און מער אידישע קינדער איבער די וועלט, און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן, נאך מער און שטערקער ווי ביי זיין הייליג לעבן.
מיר געדענקן זייער גוט וואס מוהרא"ש האט געטון פאר אונז אלע זיינע יארן, ווי אזוי ער האט אונז געשטארקט אין יעדן מצב און אונז מחזק געווען צו דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין. און דעריבער איז דער טאג אזוי גרויס, ווען מען נעמט זיך צוזאם און מען חזר'ט איבער זיינע ווערטער, און מען איז ווייטער ממשיך צו גיין אין זיינע וועגן.
פילע אנשי שלומינו אין ארץ ישראל וועלן זיך משתטח צו זיין אויפ'ן ציון הקדוש אין יבנאל אין די טעג ארום די יארצייט, אנדערע אידן בכל מקומות מושבותיהם וואס האבן נישט די מעגליכקייט אריבערצופארן צום ציון הקדוש, וועלן זיך צוזאמנעמען אין די לאקאלע בתי מדרשים און איבער'חזר'ן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן, און לערנען די הייליגע עצות פון זיינע פילע ספרים וואס ער האט אונז איבערגעלאזט בירושה.
די צענטראלע סעודת הילולא וועט פארקומען אי"ה דינסטאג יתרו ביינאכט, אום 8:00, אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג, אויף 27 סקילמאן סטריט.
אזוי אויך וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען אין שטעט איבער די וועלט אין די בתי מדרשים היכל הקודש, ווי מען וועט זיך מחזק זיין און הערן וואס מ'קען ארויסנעמען פון אזא גרויסן טאג.
אנשי שלומינו וועלן אויך אויסנוצן דעם געהויבענעם טאג זיך אנצושטרענגען אויסצופירן דאס וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן, צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און עס פארשפרייטן איבער די וועלט, און אזוי אריינברענגען די הייליגע לימודים פון רבי'ן אין יעדע אידישע שטוב. מ'וועט זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים ארויסצוהעלפן דעם בית הדפוס "קרן הדפסה היכל הקודש" וואו מ'דרוקט טויזנטער ספרים און קונטרסים טאג טעגליך, און מען פארשפרייט עס צו אידן איבעראל, און וועקט זיי אויף אנצוהייבן לעבן מיטן אייבערשטן פון פריש.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער ממשיך זיין זיך צו האלטן בדיבוק חברים און פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט.
הוא ימליץ טוב בעדינו!
 
🛒 שיינע קאלעקשאן פון שיינע ספרים און נאך זאכן צום יארצייט פון מוהרא"ש
📸 היסטארישע בילדער פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים
🎦 היסטארישע ווידיאס פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים
▶️ פילע שיעורים פון מוהרא"ש ביי פארשידענע געלגענהייטן
🎞️ מוזיק ווידיא: צוואת מוהרא"ש