יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע
ח שבט תשפ"ג 📝
קומענדיגע וואך מיטוואך, י"ז שבט, געפאלט די אכטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע. מיט יעדן טאג נענטער צום יארצייט דערקענט זיך די התעוררות און התרגשות ביי אנשי שלומינו בפרט, און ביי אידן איבער די וועלט בכלל, צו דעם געהויבענעם טאג.
מוהרא"ש פלעגט זאגן "אין טאג פון די יארצייט פון א צדיק, קומט מען זיך צוזאם און מען חזרט איבער וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט פאר די וועלט", מען זעט ווי די לימודים און עצות וואס ער האט געלערנט מיט אידישע קינדער ביים לעבן, זענען ווייטער חי וקים, די הונדערטער ספרים די הונדערטערע טויזנעטער בריוו זענען נאך אלץ מחזק און מעורר אידישע קינדער איבער די וועלט, און זיי זענען נאך מער מוסף והולך און דערנענטערט טאג טעגליך נאך אידן צום אייבערשטן; און גדולים צדיקים במיתתם, מען זעט ווי די ספרים נעמען איין די וועלט, אפילו נאך מער און שטערקער ווי ביי זיין הייליג לעבן.
די תלמידים פון מוהרא"ש געדענקן זייער גוט וואס מוהרא"ש האט געטון פאר זיי אלע זיינע יארן, ווי אזוי ער האט זיך מוסר נפש געווען טאג טעגליך נאר צו שטארקן און מחזק זיין יעדן איד אין יעדן מצב, און געלרענט מיט אונז וויאזוי מיר קענען אויך דינען דעם אייבערשטן, און וויאזוי יעדע פשוטע איד קען דורך רעדן צום אייבערשטן זוכה זיין צו די גרעסטער מדרגיות וואס א איד קען נאר צוקומען אויף דער וועלט.
דעריבער שפירן אנשי שלומינו אזוי שטארק די גרויסייט פונעם דעם טאג, ווען די גרויסע תלמדים פון מוהרא"ש נעמען צוזאם פרישע תלמדים און מען חזר'ט איבער זיינע ווערטער, און מען געט איבער די עצות וואס דער צדיק האט אונז איבער געלאזט, און מען איז זיך מחזק ווייטער ממשיך צו זיין אין די הייליגע וועג.
פילע אנשי שלומינו וועלן פארן צום הייליגן ציון אין יבנאל זיך משתטח צו זיין אויפ'ן הייליגן ציון פון מוהרא"ש זי"ע אין די טאג פון די יארצייט. אידן איבער די וועלט בכל מקומות מושבותיהם וואס האבן נישט געהאט די מעגליכקייט צו פארן צום ציון הקדוש, וועלן זיך צוזאמנעמען אין אלע שטעט אין די בתי מדרשים און איבער'חזר'ן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, און לערנען די הייליגע עצות פון זיינע פילע ספרים וואס ער האט אונז איבערגעלאזט בירושה.
אזוי אויך וועלן אנשי שלומינו אויסנוצן דעם הייליגן טאג זיך אנצושטרענגען אויסצופירן דאס וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן, צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און עס פארשפרייטן איבער די וועלט, און אזוי אריינברענגען די הייליגע לימודים פון רבי'ן אין יעדע אידישע שטוב.
מען וועט זיך לאזן קאסטן מיט גרויסע שיינע סכומים ארויסצוהעלפן דעם "קרן הדפסה היכל הקודש" וואו מ'דרוקט טויזנטער ספרים און קונטרסים טאג טעגליך, און מען פארשפרייט עס צו אידן איבעראל, און וועקט זיי אויף אנצוהייבן לעבן מיטן אייבערשטן פון פריש.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער ממשיך זיין זיך צו האלטן בדיבוק חברים און פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט.
הוא ימליץ טוב בעדינו!