יזדזע העולם, הרעישו תבל ומלואו
כ סיון תשפ"ה 📝
א גאר שארפע קול קורא איז ארויסגעקומען קעגן א שרעקליכע פירצה וואס פרובירט אריינצוקומען במחנינו, און דארעט חלילה צו אפקילן יעדן ערליכן איד שומרי תורה ומצוות און אים אנפילן זיין מח מיט געפערליכע דעות נפסדות, ותוצאותיו מי ישורנה.
דער קול קורא רופט יעדן איד אשר בשם ישראל יכונה, אז מען זאל וויסן אז די וואס זענען נעבעך פארכאפט אין די דיעות כוזבות, מען זאל וויסן אז זייערע השקפות זענען קעגן דעם דרך התורה והמסורה, און די יעניגע השקפה איז שקר מיסודו, און דאס קומט פונעם סמ"ך מ"ם דער מלך זקן וכסיל וואס זוכט אלע מיטלען אפצופירן אידישע קינדער מדרך התורה המסורה לנו מדור דור.
פון וועלכע שרעקליכע פירצה רעדט מען דא? לאמיר אנהייבן דעם קול קורא פון אנפנאג, און מיר וועלן עס איבערטייטשן אויף מאמע לשון המדברת בינינו, כדי מיר אלע זאלן וויסן זיך אפצוהיטן פון דעם שרעקליכן פירצה.
"יזדעזע העולם, הרעישו תבל ומלואו", שרייט דער קעפל פונעם צעטל, "די וועלט זאל אויפציטערן, מען דארף שרייען אויף די גאנצע וועלט!".
עס איז באקאנט - הייבט דער קול קורא אן מיט די קליינע ווערטער - פון אונזערע הייליגע רבי'ס, שרפי מעלה קדושים וטהורים, דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע און זיינע תלמידים, וואס האבן מפרסם געווען פאר די גאנצע וועלט אז:
א) יעדער איד, נישט קיין חילוק ווער, איז זייער באליבט ביים אייבערשטן, און דער אויבערשטער בארימט זיך און איז זיך משתשע מיט יעדעם איינעם, ממש ווי ער וואלט געווען א בן יחיד.
ב) יעדע מחשבה, יעדע ווארט, יעדע מצוה'לע, איז זייער באליבט ביים אויבערשטן, און ער האט א געוואלדיגע תענוג דערפון, און ער פריידט זיך זייער שטארק דערמיט.
ג) יעדע נסיון, יעדע שוועריקייט וואס א איד גייט דורך, אלעס איז כולו חסד ורחמים פונעם אויבערשטן, אלעס איז מיט'ן ציל אז א מענטשן זאל ווערן נענטער צום אויבערשט, און ער זאל שטייגן דורכדעם.
און היות - זאגט דער קול קורא - אז עס קומען אן שרעקליכע שמועות, וואס עס איז שווער צו גלייבן, אז עס זענען ליידער דא אידן, וואס פירן זיך ווי שומרי תורה ומצוות, און רחמנא ליצלן גייען זיי ארום מיט א זויערע פנים, מיט א געבויגענעם רוקן, צובראכן און טרויעריג, און ווערן נערוועז פון יעדע זאך, און דערפאר איז בכלל נישט קיין חידוש אז זיי פאלן נעבעך אריין זייער גרינג אינעם נעץ פונעם יצר הרע.
דערפאר - פירט דער צעטל אויס - ווי אויבנדערמאנט - אז דער השקפה איז קעגן די דרך התורה והמסורה.
דער צעטל פירט אויס מיט א תפלה צום אויבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו גלייבן אינעם אויבערשטן, גלייבן אין זיינע חסדים, גלייבן אין די הייליגע תורה, און חז"ל און אין אלע צדיקים, גלייבן אין זיך אז מיר זענען באליבט ביים אויבערשטן, און אין דעם זכות וועלן מיר זוכה זיין צו מקרב זיין ביאת משיח צדקינו.
אונטערגעשריבן, היהדות הנאמנה באמעריקא