י"ח תשרי - יום ב' דחוה"מ סוכות - 209'טע יארצייט פון הייליגן רבין זי"ע
יא תשרי תשפ 📝
קומענדיגע וואך מיטוואך נאכט וועלן זיך חסידים ואנשי מעשה וועלן זיך צוזאם קומען אין אלע שטעט אין צענטערן איבער די וועלט, צו פראווען דעם יארצייט פון הייליגן רבין זי"ע, וואס פאלט אויס אין די צווייטע טאג חול המועד סוכות, אין די טאג פון אושפיזא דמשה רעיא מהימנא, ווי מען וועט שמועסן און חזרן דעם הייליגן רבינס עצות און חיזוק, און זיך מחזק זיין אויף ווייטער צו לעבן מיט די הייליגע עצות, און זיך טיילן מיט די גרויסע ירושה וואס דער רבי האט אונז איבערגעלאזט.
אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. וועט מען זיך אי"ה צוזאם קומען מיטוואך נאכט דעם ערשטן טאג חול המועד, אור ליום י"ח תשרי, אום 8:00 ווי מען וועט פאווען דעם יארצייט קעגן איבער דעם בנין הישיבה אינעם גרויסן פארקינג לאט ווי עס איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסע שיינע סוכה ווי מען וועט זיך וואשן צו א שיינע סעודה און פראווען די יארצייט סעודה פונעם הייליגן רבין זי"ע. דער ראש ישיבה וועט בעז"ה געבן א שמועס מיט דברי הדרכה און חיזוק, אזוי אויך וועט מהנה זיין בזהשי"ת א שיינע קאפעליע. נאכן בענטשן וועט מען בעז"ה טאנצן בתופים ובמחולות לכבוד שמחת בית השואבה.
אין שטעטל - קרית ברסלב ליבערטי וועט מען זיך צוזאם קומען אי"ה דאנערשטאג נאכמיטאג דעם צווייטן טאג חול המועד אום 6:00, ווי מען וועט פראווען אינאיינעם דעם יארצייט פון הייליגן רבין. דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה געבן א שמועס אין חיזוק והדרכה. נאכן בענטשן וועט מען בעז"ה טאנצן בתופים ובמחולות לכבוד שמחת בית השואבה.
תאו והתכנשו להילולא דרבינו