גאר א פרייליכע שטימונג הערשט אין היכל הקודש אין די טעג מיט דעם וואס דער נייער "ילד שעשועים ברסלב קימפעטארין היים האט מיטן אייבערשטנ'ס הילף געעפענט אירע טויערן אין די יעצטיגע טעג.
 
פאר א צייט צוריק איז דער געטרייער עסקן מו"ה יואל הכהן ראזענבערג הי"ו געקומען צום ראש ישיבה און פארגעשלאגן א געדאנק צו עפענען א ברסלב'ע קימפעטארין היים, וואס זאל סערווירן די געברויך פון אנשי שלומינו וואס די פרויען דארפן זיך גיין אויסרוען נאכן האבן א קינד, וואס גיין זיך אפרוען אין אנדערע פלעצער קען ברענגען מיט זיך שוועריקייטן, ווי למשל די הויכע פרייזן וואס מען בעט פאר א נאכט, וואס דאס קומט צוליב דעם וואס מען שפירט אז מען דארף צושטעלן די קימפעטארן היים מיט גאר גאר א הויכע סטאנדארט, וואס דער אמת איז אז מען דארף דער עיקר די הארץ און געפיל וואס ליגט דערין, נישט דוקא די אלע פענסי לייטס און טיילס ארום און ארום.
 
צוליב דעם און נאך סיבות האט דער ראש ישיבה געזען פאר וויכטיג אריינצוטאנצן אין א פרישע פראיעקט פון אהערשטעלן א קימפעטארן היים, וואס וועט זיין צוגעשטעלט מיט הארץ און נשמה אויף א שיינעם איידעלן אופן. 
 
דער ראש ישיבה האט געשטעלט משפחת אפפעל שיחי' וואס האבן שוין אויף זייער רעקארד צו אנפירן פילע פראיעקטן פאר אנשי שלומינו, אנגעהויבן מיטן צושטעלן דאס עסן פאר די סקול און חדר, נאכדעם מיט די לעידיס אקזילערי, און אין די לעצטע יארן מיט די חתונות וואס מען שטעלט צו בחנם, פון וואס איבער הונדערט מחותנים האבן געקענט פירן זייערע קינדער אונטער די חופה גענצליך בחנם.
 
די חשובע מרת וועבערמאן שתחי' אשת הר"ר אברהם הערש שליט"א וואס איז אן אייניקל פון הרה"ג ר' נפתלי ראזענפעלד ז"ל וועלכע איז געווען דער ערשטער וואס איז אויפגעקומען מיט'ן געדאנק פון א "קימפעטארן היים", האט זוכה געווען צו עפענען דעם נייעם קימפעטארן היים, נאכדעם וואס אלעס איז בסעייתא דשמיא פארטיג געווארן אין די לעצטע טעג. מען קען רעזערווירן א פלאץ אינעם היים אין די צייט פון א שמחה דורך רופן מרת אפפעל תחי'.