די געהויבענע טעג פונעם יום טוב חנוכה, זענען אויסגענוצט געווארן אין ישיבה מיט א שטארקייט, ווען די בחורים האבן געלערנט זייער פלייסיג, ניצנדיג די השפעות פונעם הייליגן יום טוב אויפ'ן בעסטן פארנעם.
ביי די שיעורים אין חנוכה האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך ארומגערעדט פון די חיזוק וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די נסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט די אידישע קינדער בימים ההם בזמן הזה, ווי אזוי די קליינע הייפעלע פון די הייליגע חשמונאים האבן באזיצט די גרויסע און מעכטיגע מיליטער פון די יוונים, ווי אזוי זיי האבן צוריק אויפגעבויעט דעם צעבראכענעם בית המקדש, און כאטש וואס די יוונים האבן מטמא געווען אלע אויל, האט דער אייבערשטער אבער געהאלפן אז מ'האט געטראפן א קליין קריגעלע אויל וואס איז געווען גענוג נאר פאר איין טאג, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז ס'האט געברענט פאר אכט טעג.
דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז כאטש וואס ס'איז דאך געווען אזויפיל צרות דעמאלט, דער גאנצער בית המקדש איז געווען צעבראכן און טמא, וואלטן דאך די חשמונאים געקענט מאכן אויף דעם א טרויער טאג, האבן זיי זיך אבער זייער געפריידט און געמאכט א פרייליכער יום טוב מיט די קליין ביסל טהור'ע אויל וואס זיי האבן געטראפן. דאס לערנט אונז אז אפילו א מענטש שפירט ביי זיך אז ער אינגאנצן צעבראכן און טמא, זאל ער נישט אויפגעבן און אריינפאלן אין א יאוש, נאר ער זאל זיך שטארקן און אויפזוכן דאס קליין קריגעלע טהור'ע אויל וואס ער האט נאך יא, יעדער איד איז פול מיט מצות ומעשים טובים, אפילו פושעי ישראל מלאים מצות כרמון, און מיט דעם זאל זיך דער איד זייער פרייען, ער זאל זיך פרייען אז ער איז זוכה צו עסן כשר'ס, ער היט שבת, ער גייט מיט ציצית, ער טוט אן תפלין, ער האט א בארד און פאות, און אזוי ווייטער האט יעדער איד גענוג און נאך גוטע זאכן מיט וואס ער קען זיך זייער פרייען. און אז ער וועט זיך פרייען מיט די ביסל גוטס וואס ער האט אין זיך, וועט דאס שוין ברענגען אז ער וועט ווערן אינגאנצן גוט. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה שליט"א ביי די שיעורים ארויסגענומען אסאך התחזקות פונעם יום טוב חנוכה, וואס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר.
די גאר הערליכע און אינהאלטסרייכע דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, פול מיט עצות און הדרכות ווי אזוי זיך צו קענען אן עצה געבן אין לעבן ברוחניות ובגשמיות, און מצליח זיין אויפ'ן בעסטן פארנעם. זענען שוין היינט ברייט באקאנט איבער די גאנצע וועלט. מ'קען מיטהאלטן די אלע שיעורים דא אויפן ברסלב סענטער וועבסייט וואס ווערט מיטגעהאלטן טאג טעגליך דורך טויזנטער אידן פון איבער די וועלט. זעט די שיעורים פון פרשת וישב-חנוכה, זעט די שיעורים פון פרשת מקץ-חנוכה.
גאר א שיינער שבת חנוכה איז אפגעראכטן געווארן אין קרית ברסלב ליבערטי, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט געפראוועט דעם שבת מיט די ארטיגע אנייוואוינער אינאיינעם מיט די פילע געסט וואס זענען געקומען צו פארן אויף שבת.
במשך דעם שבת האט מען געהערט פילע שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט איבערגעלאזט גאר א שטארקן רושם. אום מוצאי שבת האט מען אפגעראכטן א ברייטע מלוה מלכה ברוב עם, מען האט שיין געזינגען אינאיינעם און געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א.
בילדער: דער ראש ישיבה דאווענט שחרית מיט די קינדער - זונטאג מקץ ג' דחנוכה תשפ"א אין קרית ברסלב ליבערטי
בילדער: דער ראש ישיבה צינדט דעם פינפטן חנוכה ליכטל אין ישיבה - מאנטאג מקץ תשפ"א
בילדער: דער ראש ישיבה צינדט דעם זעקסטן חנוכה ליכטל אין ישיבה - דינסטאג מקץ תשפ"א
בילדער: ריקודין נאכן צינדן דעם פערטן חנוכה ליכטל אין קרית ברסלב ליבערטי - זונטאג מקץ תשפ"א
בילדער: דער ראש ישיבה צינדט דעם זיבעטן חנוכה ליכטל אין ישיבה - מיטוואך מקץ תשפ"א
 
בני בינה ימי שמונה קבעו שיר ורננים!