היי יאר מיטן וואוקס פונעם ציבור גרייט מען צו צען באזונדערע פארטיס אין צען באזונדערע שטעט. צו וואס אלע פרויען פון אנשי שלומינו וועלן קומען בעזרת השם העלפן דעם ראש ישיבה און די הייליגע מוסדות, וויסענדיג אז ווען מען העלפט די מוסדות טוט מען נישט קיין טובה פאר קיינעם אויסער פאר זיך. מען העלפט אז די אייגענע קינדער זאלן קענען באקומען דעם ריינעם אויסגעטרעטענעם חינוך וואס די פריערדיגע צדיקים האבן אונז אויסגעטרעטן, און ווערט ווייטער געפירט אויפן זעלבן וועג דורכן ראש ישיבה שליט"א
 
דאס יאר ווערט ערווארטעט א גאר געשמאקע פראגראם, מיט ספעציעלע דאר פרייזעס פאר אלע וואס זענען מנדב פון $75 און העכער, עס וועט זיין לייכטע ריפרעשמענטס, און עקסייטינג ראפעלס. עס וועט אויסגעראפעלט ווערן ווערטפולע גיפט סערטיפיקאטן צו דריי פאפולערער געשעפטן, בעמבעלינאָ, סענטעיד סענסעישאָן, און דעליקעט ראָוז.
 
צייכענט זיך אן אינעם לוח צו האלטן פריי דעם טאג אין אייער געגענט ווי די חשובע פרויען מאנשי שלומינו לאדענען איין אלע פרויען צו קומען אנטייל צו נעמען, און הנאה האבן א געשמאק פארברענג מיטן אויבערשטנ'ס הילף.
 
בארא פארק
דינסטאג כי תשא (י"ח אדר א', פעברואר 27) 9:00 אווענט
 
קרית ברסלב
מאנטאג ויקהל (כ"ד אדר א', מארטש 4) 8:30 אווענט
 
סטעטן איילענד
דינסטאג כי תשא (י"ח אדר א', פעברואר 27) 9:00 אווענט
 
וויליאמסבורג
דינסטאג כי תשא (י"ח אדר א', פעברואר 27) 9:00 אווענט
 
לינדען
דינסטאג כי תשא (י"ח אדר א', פעברואר 27) 9:00 אווענט
 
טאמס ריווער
דינסטאג כי תשא (י"ח אדר א', פעברואר 27) 9:00 אווענט
 
מאנסי
מאנטאג כי תשא (י"ז אדר א', פעברואר 26) 9:00 אוונעט
 
קרית יואל
מיטוואך כי תשא (י"ט אדר א', פעברואר 28) 9:00 אווענט
 
קרית טאהש
מיטוואך כי תשא (י"ט אדר א', פעברואר 28) 9:00 אווענט
 
דזשערסי סיטי 
מיטוואך כי תשא (י"ט אדר א', פעברואר 28) 9:00 אווענט
 
די וואס ווילן מנדב זיין אויפן טעלעפאן קענען רופן מרת אפעל תחי' אויף 347-519-0701, מ'וועט קענען אריינגיין אין די רעפלס דורך טעלעפאן.