יעדעס יאר פארזאמלען זיך א געשאצטע פופציג טויזענט מענטשן צו איינע פון די מערסט באקאנטסטע מאראטאן געלויפן אין די וועלט. 
 
דאס איז א גוי'אישע משוגעת וואס איר ווארצלען גייען נאך צוריק ביז צו די יוונים וואס האבן פארגעטערט ספארטס, און האבן זיך אוועקגעגעבן דאס לעבן פאר די אלע שפילערייען, וואס פילע פון זיי גייען נאך אן אין די גויאישע וועלט.
 
דער מאראטאן איז ווי א חי' וואס לויפט נאך איר אייגענע וויידל, און ווי די רייסערס וואס רייסן זיך אויף ווייל דער אנדערער רייסער האט זיך אויך אויפגעריסן, מען לויפט און מען לויפט און מען קומט אין ערגעץ נישט אן. אנו רצים והם רצים, מיר לויפן אין בית המדרש, מען קויפט זיך איין צו עסן און צו טרונקען לעד ולנצח נצחים, און דער גוי לויפט ווייל יעדער לויפט...
 
דער מאראטאן אין ניו יארק גייט שוין אן זינט יארע 1970 למספרם, און איז מיט די צייט אויסגעשטיגן אלס איינע פון די גרעסטע אזוינע געלויפן אין דער גארער וועלט. טויזנטער קומען צו פארן צו האבן די זכיה צו קענען מיטלויפן מיט "יעדעם" (און נישט אנקומען אין ערגעץ אזוי ווי "יעדער"), און דערפאר טוט עס די שטאט שטיצן ווייל עס העלפט ארויס די שטאטישע עקאנאמיע, צוליב די פילע טוריסטן וואס קומען באזוכן.
 
דער לויפעריי ברענגט אבער אסאך קאפ וויי און טראפיק פאר די שוין אזוי אויך אנגעלייגטע שטאט, ווי צום ביישפיל דער היימישער וויליאמסבורג ווי דער מאראטאן לויפט דורך ווערט צוטיילט אין צוויי, אן קיין מעגליכקייט דורכצוגיין בעדפארד עוועניו במשך די גאנצע צייט.
 
דער מאראטאן לויפט דורך אלע פינף באראס פון די שטאט, אנגעהויבן אין סטעטן איילענד, פון ווי די לויפער כאפן זיך אריבער קיין ברוקלין (און שפעטער קיין וויליאמסבורג) דורך די ווערעזאנא בריק, דערנאך גייט עס דורך דעם פולאסקי בריק קיין קוווינס, דערנאך כאפט זיך עס אריבער קיין מאנהענטן, פון דארט קיין בראנקס און עס ענדיגט זיך ביי די פינפטע עוועניו.
 
עס איז זייער מאדנע צו זען טויזנטער מענטשן לויפן און לויפן אן קיין צוועק און אן קיין ציל, אבער לאמיר אויך זיכער מאכן אז מיר לויפן נישט אן קיין תכלית. לאמיר נישט זיין ווי דער נארישער גוי וואס לויפט אן קיין ציל. מיר האבן געלויבט דעם אויבערשטן באקומען א תורה, און מצות פונעם אויבערשטן, וואס דאס איז אונזער וועג ווייזער, און דאס איז דער לעבנ'ס מאראטאן אויף וועלכע מיר שפאנען.
 
אנו רצים לחיי העולם הבא