דעם קומענדיגן זונטאג קומט פאר די יערליכע פארטי פאר אונזערע הייליגע מוסדות. אין די לעצטערע יארן, ווען מ'האט אנגעהויבן מאכן די פארטי, האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א גרויסער סוקסעס. הונדערטער פרויען האבן אנטייל גענומען ביי די און זיך משתתף געווען מיט גאר שיינע סכומים, פארשטייענדיג די געוואלדיגע מצוה פון ארויסהעלפן אזעלכע הייליגע מוסדות אין וואס די טייערע קינדער ווערן מחונך מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן, און איז א לייכט טורעם פאר די גאנצע וועלט, ווען צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט שעפן חיות און התחזקות פון אט די הייליגע מוסדות. דאס יאר איז ערווארטעט פיל א גרעסערע באטייליגונג ביי די פארטי. די חשובע פרויען וועלן אנטייל נעמען און זיך משתתף זיין מיט גרויסע סכומים.
די פארטי וועט פארקומען אין די זאלן פון "עטרת אפפעל", וואס געפונט זיך אינעם בנין הישיבה אויף 27 סקילמאן סט. דעם קומענדיגן זונטאג פ' תזריע מצורע, פון 11 אינדערפרי, ביז 10 ביינאכט.
די אלע פרויען וועלכע קענען נישט אנטייל נעמען ביי די פארטי, קענען אריינרופן אין אפיס איבערצוגעבן זייער ברייטהארציגע נדבה, אויף 718-384-1652 עקס. 101. אדער קען מען מנדב זיין מיט א קרעדיט קארד אויפ'ן אויטאמאטישן סיסטעם, דורכ'ן רופן די פרויען האטליין 212-444-9169 און דערנאך דרוקן 9 און 1.
בזכות נשים צדקניות!