יערליכע פרויען פארטי בעז"ה קומענדיגע זונטאג
א אייר תשע"ט 📝
קומענדיגן זונטאג פרשת אמור (למספרם מאי 12) פון 11 אינדערפרי, ביז 10 אווענט וועלן זיך בעזרת השי"ת צוזאמקומען הונדערטער חשובע פרויען אין די זאלן פון "עטרת אפפעל", וואס געפונט זיך אינעם בנין הישיבה אויף 27 סקילמאן סטריט, צום יערליכע פארטי פאר אונזערע הייליגע מוסדות.
אין די לעצטערע יארן, האבן זיך די פארטיס ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א גרויסער סוקסעס, ווען הונדערטער פרויען האבן זיך באטייליגט און זיך משתתף געווען מיט גאר שיינע סכומים, פארשטייענדיג די געוואלדיגע זכיה ארויסצוהעלפן אזעלכע הייליגע מוסדות, וויסענדיג אז יעדע פרוטה גייט פאר די טייערע קינדער אינגלעך בחורים און מיידלעך וואס ווערן מחונך מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן, און איז א לייכט טורעם פאר די גאנצע וועלט, און גלייכצייטיג שעפן צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט חיות און התחזקות פון אט די הייליגע מוסדות.
דאס יאר איז ערווארטעט א פיל גרעסערע באטייליגונג ביי די פארטי, די חשובע פרויען וועלן אנטייל נעמען און זיך משתתף זיין מיט גרויסע סכומים.
די וועלכע קענען זיך נישט פערזענליך באטיילגן ביי די פארטי, קענען אריינרופן אין אפיס איבערצוגעבן זייער ברייטהארציגע נדבה, אויף 718-384-1652 עקסטעשן 101. אויך קען מען מנדב זיין מיט א קרעדיט קארד אויפ'ן אויטאמאטישן סיסטעם, דורכ'ן רופן די פרויען האטליין 212-444-9169 און דערנאך דרוקן 9 און 1.
אויך קען מען מנדב זיין אנליין
בזכות נשים צדקניות!