ירושלים לעבט מיט הערליכע טעג במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א
כ אייר תשפ"ד 📝
ווי באריכטעט איז דער ראש ישיבה ווי געפארן ווי געפלאנט קיין ירושלים עיה"ק זונטאג נאכט מוצאי ל"ג בעומר צו מחזק זיין די תלמידים, און פארברענגען מיט זיי פאר צוויי טעג.
נעכטן מאנטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד היכל הקודש אין ירושלים, נאך שחרית האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט דעם דף גמרא, ווי ער האט דערנאך ארומגערעדט איבער דעם אז דער עיקר אידישקייט איז זיך פרייען מיט די פשוטע טעגליכע מצות. אידן האבן געפרעגט וואס טוט מען ל"ג בעומר? "וואס מען טוט?" האט דער ראש ישיבה געזאגט, "מען שטייט אויף אינדערפרי, מען זאגט מודה אני, מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער, מען גייט אין מקוה, מען טוט אן תפילין, מען דאווענט שחרית און מען איז פרייליך. דאס איז ל"ג בעומר"...
נאכן שיעור האט דער ראש ישיבה אפגענומען שלום פונעם ציבור אנשי שלומינו, און במשך דעם טאג האט דער ראש ישיבה אויפגענומען אינגעלייט וואס האבן געוואלט איבערשמועסן מיט ראש ישיבה עניני חינוך והנהגת הבית. ביינאכט איז פארגעקומען א שיעור התחזקות אין בית המדרש, צוזאמען מיט אס סיום הש"ס פון א אינגל אונטער די בר מצוה, הילד החשוב משה ארי' יאזשעף, וואס האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס. עס האבן זיך פארזאמעלט א ריזיגער ציבור צו הערן די טייערע ווערטער פונעם ראש ישיבה, און צו שעפן פונעם קוואל פונעם הייליגן רבי'ן, דער ראש ישיבה האט געזאגט צווישן אנדערע אז ער האט ארויסגענומען פונעם היי יאריגן ל"ג בעומר אין מירון אז ער האט זיך איבערצייגט אז אידישע קינדער קומען נישט קיין אומאן אדער קיין מירון פאר שוואוילטאג, מען קומט נישט פאר פאָן, ער האט מיטגעהאלטן ווי אידן וועלכע זענען צוגעוואוינט א גאנץ יאר צו א באקוועמע לעבן זענען געפארן שעות אריכות אויף באהאלטעטע וועגן געקראכן אין די וועלדער. דאס איז נישט קיין גרינגע זאך, אידיש קינדער קומען ווייל זיי ווילן זיין דבוק צו צדיקים, מען וויל זיין דבוק אין אויבערשטן.
בעת מיר שרייבן די שורות מאנטאג נאכט, הייסט עס אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט פארבלייבן אין ירושלים, פאר מאנטאג, ווי ער וועט דאווענען שחרית אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים און דערנאך פארלערען דעם דף מתובל בדברי חיזוק, און אויך וועט דער ראש ישיבה גיין באזוכן די ירושלימער מוסדות די חדר און די מיידל סקול, און במשך דעם טאג ווייטער אויפנעמען אנשי שלומינו וואס ווילן זיך שואל עצה זיין. ביינאכט וועט דער ראש ישיבה שליט"א בעז"ה געבן א שיעור אין בני ברק, ווי עס וועט אויך זיין א סיום הש"ס פון א חשובער אינגער בחור א זון פון הר"ר יואל לעווי שליט"א. דערנאך דינסטאג נאכט וועט דער ראש ישיבה שליט"א זיך צוריק קערן קיין ניו יארק נאכן איבערלאזן פילע הויפענעס פון חיזוק פאר די אידן אין ארצינו הקדושה.