ישיבה קטנה היכל הקודש ירושלים עיה"ק
ו חשון תשפ"ג 📝
ירושלים עיה"ק. - אנשי שלומינו אין ירושלים דאנקען דעם אייבערשטן "ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה" אז נאך אסאך תפלות וואס זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן אז זייערע טייערע בחורים זאלן קענען לערנען אין א ישיבה וואס איז געבויט אויפן וועג וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערענט, די טייערע בחורים נפשם חשקם בתורה זיי ווילן א ישיבה וואס איז געבויעט אויף לערנען יעדן טאג, א ישיבה וואס "התבודדות" איז נישט עפעס א שרעקעדיגע זאך, א פלאץ ווי מען איז מהדר צו "מעביר סדרה זיין יעדן טאג אביסל" ווי עס שטייט אין שולחן ערות, א מגיד שיעור וואס וועט כסדר דערמאנען די עצות פון הייליגן רבין בפרט פאר בחורים ווי זאגן אכצן פרקים משניות, און יעצט געלויבט דעם אייבערשטן זענען זייערע תפלות נתקבל געווארן ווען עס האט זיך יעצט ב"ה געעפענט צום ערשטן מאל א ישיבה קטנה "היכל הקודש אין ירושלים" פאר אינגע בחורים נאך די בר מצוה, א ישיבה וואס די בחורים וועלן וואקסן און שטייגן בתורה ויראת שמיים מיט די עצות, התחקות און דיבורים פון הייליגן רבין, א ישיבה וואס וועט ווערן געפירט אויף וועג וואס דער ראש ישיבה האט אראפ געשטעלט.
דערווייל האט זיך די ישיבה פלאצירט אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים, ווי מען הייבט אן דעם טאג מיט א ווארימע שחרית, און נאכן עסן פת שחרית, איז דא א סדר היום וואס מען דארף לערנען. דער מגיד שיעור איז הר"ר משה שמואל שטעסל שליט"א א תלמיד הישיבה, וואס האט
אסאך מקבל געווען פונעם ראש ישיבה וויאזוי זיך צו באגיין מיט בחורים.
דער אייבערשטער זאל העלפן פון דעם ווינקל זאל ארויסקומען גוטע תלמידים וואס וועלן אויסוואקסן גרויסע ערליכע אידן.