געלויבט השם יתברך אז עס איז דורך א הערליכע זומער מיט די בחורים אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, די בחורים האבן אויסגענוצט די זומער וואכן מיט טויזנטער בלעטער גמרא, משניות, און נאך פילע לימודים, אזוי אויך האט עס געדינט אלץ א "ריהעב פון אמונה", מען האט זיך אנגעשעפט מיט אמונה אקסיזשען פאר'ן גאנצן קאלטן ווינטער.
 
יעצט ווען דער זומער סעזאן האט זיך שוין געענדיגט, איז די ישיבה גלייך ממשיך מיטן סדר היום אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. וואו די בחורים זיצן ווייטער און לערנען פלייסיג א גאנצן טאג, און אזוי אויך קומען ווייטער פאר די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א טעגליך און וועכנטליך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף. אזוי אויך זענען די בחורים ממשיך מיט'ן לערנען יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, וואס וועט בעז"ה אנהאלטן ביז ראש השנה, און מיט דעם זענען די בחורים מקיים די סגולה וואס מוהרא"ש האט געגעבן פאר די בחורים אין יאר תשע"א, ווען ער האט באזוכט אין קעמפ, אז ווער עס וועט ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית פאר פערציג טעג אין די רייע, אנגעהויבן פון חמשה עשר באב, וועט טרעפן זיין שידוך. און אזוי האלטן די בחורים אן דעם איינפיר זייט דעמאלט, און מיט דעם זעען זיי ברוך ה' אפענע ישועות. די בחורים טרעפן גוטע שידוכים איינ'ס נאכ'ן צווייטן.
 
דער סדר היום אין ישיבה אין וויליאמסבורג איז ווי פאלגענד: אכט אזייגער אינדערפרי הויבט זיך אן די שיעורים; דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר א בלאט גמרא יעדן טאג, זונטאג איז דאס ניין אזייגער. דעם שבת'דיגן בלאט גמרא לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר מוצאי שבת קודש גלייך נאכ'ן זמן.
 
נאכ'ן שיעור גמרא געבט דער ראש ישיבה שליט"א געווענליך א שמועס פאר די מלמדים; עצות און חיזוק ווי אזוי צו זיין א גוטע מלמד. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מלמדים דארפן יעדן טאג הערן חיזוק, ווייל זייער אמט אז זייער אן אחריות'דיגער. צען אזייגער דאווענט מען שחרית, נאכדעם לערנען די בחורים יעדער פאר זיך זייערע שיעורים; חומש רש"י, ח"י פרקים משניות, גמרא, און אזוי ווייטער.
 
נאכדעם צוויי אזייגער לערט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א שיעור אין גמרא רש"י ביז הלכה. דריי אזייגער דאוונט מען מנחה. א פערטל נאך פיר לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א הערליכער שיעור אין ירושלמי און רמב"ם.
 
פינף אזייגער לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר די טעגליכע וועלט בארימטע שיעורי התחזקות, געפלאכטן מיט דיבורים פון הייליגן רבי'ן און פון מוהרא"ש.
 
אין ווייניגער פון צוויי וואכן וועט די גאנצע ישיבה בעזרת השם פארן קיין אומאן אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א; ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, "והיה פלא אצלי, מאחר שהמקרבים שלי מאמינים לי, ולמה לא יזהרו כל האנשים המקרבים אלי שיהיו כלם על ראש השנה, איש לא יעדר. כי כל ענין שלי הוא רק ראש השנה", און עס איז מיר א וואונדער אויף די מענטשן וואס גלייבן אין מיר, און זיי זענען מקורב צו מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מודיע זיין פאר אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה? קיינער טאר נישט פעלן, ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה".
 
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען אויסנוצן די צייט אין אומאן ווי עס דארף צו זיין, און פועל'ן פאר זיך, פאר די משפחה, און פאר גאנץ כלל ישראל, א שנת גאולה וישועה, א זיס ליכטיג יאר מיט אלעס גוטס ברוחניות ובגשמיות.
 
כי הם חיינו ואורך ימינו!