אזוי ווי אלע יארן פארט דער ראש ישיבה שליט"א ארויס מיט די בחורים אין קעמפ צו וויילן אויף די זומער וואכן, ווייט אוועק פון די שטאט, וואו מען קען זיין אפגעזונדערט פון די שטאטישע גאסן, און זיך קונה זיין אסאך גוטע זאכן תורה ותפילה און יראת שמים.
 
אין די לעצטע פיר יאר זינט דער שטעטל איז געווארן אויפגעשטעלט, איז די הייליגע ישיבה געווארן א חלק פון שטעטל אין די זומער וואכן.
 
פאריאר האט שוין דער ראש ישיבה באשטימט אז די ישיבה זאל איבערנעמען דעם בנין אונטערן בית המדרש אויף האשקי פאר די בחורים כדי מען זאל קענען איבערלאזן דעם בית המדרש פארן שטעטל. און ווי שוין באריכטעט האט דער ראש ישיבה שליט"א היי יאר געלאזט בויען א פרישע בית המדרש פארן שטעטל, כדי דער בית המדרש אויף האשקי זאל בלייבן בלויז פאר די כולל אינגעלייט.
 
כאטש מען האט שוין גענוצן דעם בנין אונטערן בית המדרש פאריאר איז עס ביז יעצט געווען אויף א פראוויזארישן פארנעם ווען דער בנין איז געווען רוי און אומפארטיג, היי יאר האט הר"ר יואל הכהן ראזענבערג שליט"א גענומען אויף זיך איבערצובויען דעם בנין הערליך וואס וועט טאקע טראגן דעם נאמען "היכל ראזענבערג", ווי דארט וועלן פארקומען אלע אקטיוויטעטן פון די ישיבה, דארט וועלן די בחורים דאווענען, לערנען, דארט וועט דער ראש ישיבה פארלערנען אלע שיעורים, סיי אין גמרא, סיי חיזוק שמועסן און אזוי ווייטער.
 
אזוי ווי במשך דעם זומער זוכן פילע אידן זיך אריבער צו כאפן אין ישיבה מיטצוהאלטן א שיעור וועלן מיר דא אראפברענגען דעם סדר היום כדי מען זאל וויסן ווען צו קומען. 
דער סדר פון די ישיבה הייבט זיך אן אכט אייגער אינדערפרי ווען דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר פאר די בחורים א שיעור אין גמרא, איין דף א טאג, דער שיעור איז א געשמאקע שיעור קלאר קורץ און שארף ווי נאכן שיעור נעמט מען ארויס פון די גמרא עצות און חיזוק אויף למעשה.
 
אום עלף אזייגער דאווענט מען שחרית, פיר אזייגער איז מנחה.
 
דער בארימטער שיעור התחקות פון סיפורי מעשיות קומט פאר בעז"ה יעדע נאכט אום 8:15, וואס צו דעם שיעור קומען כסדר צו פארן פילע אידן, און טאג טעגליך זעט מען אידן וואס זענען פונקט דורכגעפארן דעם געגענט און כאפן זיך אז דא איז די ברסלב'ע שטעטל מיט די ברסל'ע ישיבה און זיי שטעלן זיך אפ צו טועם זיין פון די זיסע לעכטיגע עצות און שיעורים פון ראש ישיבה, ווי די צוהערערע דערכאפן זיך דאס הארץ, און דערמאנען זיך א קוק צו טון אויפן הימל, און געדענקען אז דער באשעפער פירט די וועלט וויאזוי ער וויל, און וואס מ'דארף ווענדט מען זיך נאר צו אים.
 
נאכן שיעור וועט מען דאווענען מעריב.
 
יעדע דאנערשטאג נאכט במשך דעם זומער וועט פארקומען אין היכל ראזענבערג דער שיעור פאר די אינגעלייט אום 9:00.
 
יעצט בעת מיר שרייבן די שורות ווערט די ארבעט אין "היכל ראזענבערג" פארטיג, מען האט היינט געפעינט די ווענט, און צוליב דעם וועט דער שיעור פאר אינגעלייט נישט קענען פארקומען אין היכל ראזענבערג, און וועט צוליב דעם פארקומען אין בית המדרש אויבן, אזוי אויך וועט עס פארקומען הערשט אום 10:00 צוליב וואס דער ראש ישיבה שליט"א וויל נישט שטערן דעם סדר אין בית המדרש.
 
די זומער וואכן זענען די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג, מען פארברענגט אין קעמפ נאר מיט די ביימער און הימל און מיט'ן אייבערשטן, עס איז גארנישט דא פאר די אויגן, נאר חומש, משניות און גמרא, און מיט דעם טוט מען מאכן די ריכטיגע הכנה צו ראש השנה, וואס איז שוין אט אט דא.
 
די ישיבה קטנה בחורים וועלן פארברענגען זוממער אין מחנה אילן החיים וואס איז באשימט געווארן פאר זיי, וואס דאס וועט זיכער זיין גאר א גרויסע תועלת, און וועלן מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף אריינכאפן אסאך פסוקים חומש פרקים משניות און בלעטער גמרא, און אזוי אויך אלע גוטע מדות ומעשים טובים וואס די חשובע מגידי שיעור שליט"א לייגן אריין אין זיי.
 
מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער זומער אויך זיין א גרויסע סוקסעס אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן, מען וועט זיך אנשעפן פילע הויפענעס מיט תורה ויראת שמים.
 
ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה!