צוליב די גרויסע פארלאנג אז די בחורים תלמידי ישיבה תפארת התורה זאלן ארויף קומען דעם קומענדיגע פורים הבעל"ט און משמח זיין און זינגען די באקאנטע הארציגע אידישע ניגונים ביי אייך אין שטוב, האט מען בעז"ה מסדר געווען אז אויף דאס יאר פורים וועלן די בחורים זיין צוטיילט אין עטליכע עקסטרע גרופעס, עס וועט בעז"ה זיין באזונדערע גרופעס פאר וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל און מאנסי.
 
אזוי ווי דער פארלאנג איז זייער גרויס, און עס איז נישט מעגליך אנצוקומען איבעראל, דארף מען באשטעלן אן אפוינטמענט ווי פריער. איר קענט רופן 917-530-2556 צו באשטעלן א צייט ווען מען זאל ארויפקומען צו אייך.