כ"א כסלו - א טאג פון שבח והודאה צום אויבערשטן
כא כסלו תשפ"ו 📝
אינעם היינטיגן טאג כ"א כסלו, טוען אידן פון איבער די גאנצע וועלט אויסנוצן דעם געלעגענהייט צו דאנקען דעם אויבערשטן אויף דעם חסד וואס ער האט געטון מיט אונז אז אין דעם גרויסן הסתרת פנים ביים צווייטן וועלט מלחמה האט ער געראטעוועט דעם גרויסן צדיק דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע וואס האט מיט זיין גרויסע כח הקדושה באוויזן צוריק אויפצובויען כלל ישראל נאך דעם גרויסן חורבן.
עס איז נישט מעגליך פאר אונז זיך פארצושטלען דעם גרויסן יאוש וואס עס האט זיך געשפירט אויף די איבערלעבער. מען איז נאך נישט צו זיך געקומען פון די צרות און יסורים וואס די אידן זענען דורך ביי די מלחמה, און מען קומט אהיים און מען טרעפט דארט גארנישט. נישטא קיין קהלות, נישטא קיין רבנים, נישטא קיין משפחה. מען טרעפט זיך איינער אליין אן גארנישט. אלעס איז פוסט און וויסט, מען דארף אלעס אנהייבן פון פריש.
אבער דאס איז נישט געווען אלעס. אין דעם גרויסן תוהו ובוהו, האבן זיי געדארפט זיך ספראווענען מיט איינע פון די שווערסטע נסיונות וואס אידן זענען נאר דרוך במשך די אלע גלות יארן. דאס איז איז דער נסיון פון ציונות. די ציונום האבן פארשפראכן גאלדענע גליקן פאר די צובראכענע אידן. מען האט זיי פרובירט איינצורעדן אז מען מוז זיך באנוצן ח"ו מיט'ן כחי ועוצם ידי, זיי האבן געהעצט קעגן די אמונה, און ליידער האבן זיי באוויזן איבערצורעדן אסאך אידן אווקעצוגיין פון די הייליגע תורה, זיך נעמען אליינס א גאולה, בויען א מדינה, א מיליטער, און זיין ככל הגוים בית ישראל ר"ל.
דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונז און געמאכט א נס אז דער צדיק יסוד עולם, דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו איז געווארן ארויסגעראטעוועט געווארן אין דעם גרויסן טאג. וואס ער האט געהאט די גרויסע כחות צו איבערפלאנצן אידישקייט און אויפבויען מוסדות התורה ווי מען האט אויפגעשטעלט דעם נייעם דור צו גלייבן נאר אינעם אויבערשטן, און זיין געטריי צו זיין תורה.
דערפאר זענען אנשי שלומינו ספעצעל פרייליך אין דעם טאג, און מען לויבט און דאנקט דעם אויבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען זיך צו דרייען ביי צדיקים תלמידים פון דעם גרויסן צדיק וואס האט און אונזער דור ווייטער אריינגעפרעדיגט מיר זאל האלטן די קאפ קלאר און נישט ווערן פאדרייט פון די ווינטן פון די גויאישע גאס, וואס פרובירט מיט אלע כחות אראפ צו ווארפן אידישע קינדער צו עבירות, און זיי מאכן פארגעסן פונעם אויבערשטן. און דערפאר דארפן מיר כסדר חזר'ן די הייליגע אמונה, רעדן צום אויבערשטן, רעדן פון אויבערשטן, און אזוי וועלן מיר מקרב זיין די גאולה שלימה.
דער ראש ישיבה שרייבט אין א בריוו פארגאנגענעם כ"ו אב, דער טאג פונעם יארצייט פונעם הייליגן סאטמארן רבי'ן זי"ע: "היינט איז די יארצייט פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו פון סאטמער. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט נישט געזאגט קיין תחנון אין דעם טאג, מוהרא"ש זאגט, ווייל דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט געראטעוועט דעם גאנצן דור, מען זאל נישט נאכגעשלעפט ווערן נאך די מינים ואפיקורסים. מוהרא"ש האט זיך בארימט אז ער איז א תלמיד פון דעם צדיק, און ער האט געפירט די תלמידים מיט די שיטה פון דעם הייליגן רבי'ן, פון התבדלות, און מיט די העכסטע מאס צניעות."
"עס איז באוואוסט צווישן סאטמערע חסידים אז דער רבי זכותו יגן עלינו האט געלערנט אלע ספרים פון רבי'ן נאכאלץ יונגער בחור, ער איז געווען בקי אין רבינ'ס ספרים, און ער ברענגט אין זיין הייליגן ספר ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) שטיקלעך פון רבינ'ס ספרים (שיחות הר"ן סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין גרויסע אפיקורסים, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁיַּחֲזִיק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה בְּאֵלּוּ הָעִתִּים", וואויל איז פאר די וואס וועלן זיין שטארק אין די אמונה אינעם אייבערשטן, און דער רבי האט געזאגט: "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל כְּלָל מַה שֶּׁהוּא מְסַפֵּר זֹאת, שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם וְשֶׁצְּרִיכִין לְהִתְחַזֵּק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה, כִּי אַף עַל פִּי שֶׁהוּא אוֹמֵר זֹאת אַף עַל פִּי כֵן מִתְגַּבֶּרֶת הָאֱפִּיקוֹרְסוּת וְהַבִּלְבּוּלִים", איך ווייס אז עס וועט נישט העלפן אז איך זאג שוין דאס אלעס פאראויס, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן אֲנִי מוֹדִיעַ זֹאת מִקֹּדֶם", דאך זאג איך יעצט וואס גייט זיין, "בִּשְׁבִיל אוֹתָן מְעַט הַכְּשֵׁרִים שֶׁיְּחַזְּקוּ עַצְמָן בֶּאֱמוּנָתָן", פאר די געציילטע ערליכע אידן, זיי זאלן זיך שטארקן, "וּבְוַדַּאי יִהְיֶה לָהֶם מִלְחָמוֹת גְּדוֹלוֹת בְּדַעְתָּן", זיי וועלן זיך דארפן אסאך שלאגן מיט די ביטערע נסיונות, "לְמַעַן יִהְיֶה לָהֶם לְמֵשִׁיב נֶפֶשׁ וְהִתְחַזְּקוּת וְהִתְאַמְּצוּת יוֹתֵר כְּשֶׁיִּרְאוּ שֶׁכְּבָר דִּבְּרוּ מִזֶּה מִקֹּדֶם", דאס וועט זיין פאר זיי גרויס חיזוק ווען זיי וועלן זען אז מען האט שוין פון פריער געוואוסט וואס עס גייט זיין."
"אויך ברענגט ער דעם שיחה (שם, סימן רכ) וואס דער רבי האט געזאגט: "שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל בָּעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין אין די וועלט אפיקורסות, "כִּי מִלְמַעְלָה יָבוֹא אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם", פון הימל וועט מען ברענגען אפיקורסות, "בִּשְׁבִיל נִּסָּיוֹן", כדי צו אויספרובירן ווער עס וועט זיין שטארק אין די אמונה, עס וועט זיין זייער שווער פאר די ערליכע אידן, דער רבי האט געקרעכצט און געזאגט: "אוֹי, אֵיךְ יוּכְלוּ לַעֲמֹד אֲנָשִׁים מוּעָטִים נֶגֶד כָּל הָעוֹלָם", ווי אזוי וועלן אזוי ווייניג מענטשן קענען שטיין קעגן די גאנצע וועלט..."
"דער רבי זכותו יגן עלינו פירט אויס אין ויואל משה: "וְזֶה עִנְיָן שֶׁל רוּחַ הַקּוֹדֶשׁ שֶׁרָאָה מָה הִגִּיעַ אֵלֵינוּ בְּעִיקְבָא דִּמְשִׁיחָא", דאס איז א רוח הקודש פון רבי'ן, ער האט שוין דעמאלט געזען וואס וועט זיין אינעם היינטיגן דור."