כאאס אין די גאסן פון פראנקרייך
טו חשון תשפ"ז 📝
פון: גרשון קרעמער
פארגאנגענעם שבת קודש, בשעת מיר אלע זענען געזעסן ביי שלש סעודות און געזונגען זמירות, האבן די גאסן פון פראנקרייך אויסגעזען ווי א שלאכטפעלד. הונדערטער טויזנטער מענטשן זענען ארויסגעקומען פראטעסטירן, שרייענדיג אז בשעת די פרייזן פון די לעבנס-קאסטן האבן זיך שטארק געהויבן, קומען די געהאלטן פון די ארבעטער נישט נאך. אויסער דעם פאדערן די סטודענטן אין די אוניווערסיטעטן מער געלט פאר זייערע אינסטיטוציעס.
דאס איז באמת א פלא. עס זענען דא לענדער וואו מענטשן גייען ארום בארוועס און מען האט קוים וואסער און ברויט צו עסן, אבער יעדער איז פרייליך; אבער פראנקרייך איז ברוגז. פראנקרייך איז איינע פון די רייכסטע לענדער אויף דער וועלט, זיי האבן שיינע הייזער, טייערע קארס און אלע שוואוילטאגן, אבער דאס מאכט זיי נישט צופרידן! דאס איז עברי טייטש פונעם מאמר חז"ל: "מי שיש לו מנה רוצה מאתים" – וואס מער מען האט, אלץ מער ארעם ווערט מען...
די רעגירונג האט זיך שווערליך געקענט אן עצה געבן מיט די געספוילטע קינדער. זיי האבן ארויסגעשיקט איבער 70,000 פאליציאנטן צו באוואכן די גאסן, נאכדעם וואס א וואך פריער, שבת פרשת נח, האבן די פראטעסטירער צעבראכן, גערויבט און פארברענט וואס עס איז זיי נאר געקומען אינטער די האנט.
דער הייליגער רבי ז"ל דערציילט אונז די שיינע מעשה פונעם חכם און דעם תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט'). ווי דער חכם איז ארומגעפארן איבער דער וועלט, ער האט זיך אויסגעלערנט אסאך חכמות און מלאכות, און פונדעסטוועגן איז ער קיינמאל נישט געווען צופרידן; ביי יעדע זאך האט ער געזען א חסרון. אבער דער תם איז געווען א פשוט'ער שוסטער, ער האט קוים פארדינט אויף ברויט, און דער שוך וואס ער האט געמאכט האט געהאט יענע פנים, – א שיכל מיט דריי עקן. דאך האט ער זיך געפרייט מיט יעדע זאך, און ווען ער האט געגעסן א שטיקל טרוקן ברויט, האט ער עס געגעסן מיט אזא געשמאק ווי דאס בעסטע מאכל. ער איז געווען דער גליקליכסטער מענטש!
אבער נישט נאר פראנקרייך בלאזט. די איטאליענער זענען זעט אויס מקנא די פראנצויזן. אין מילאן האט די רעגירונג אויך געדארפט ארויסשיקן הונדערטער סאלדאטן, צוגאב צו די טויזנטער פאליציי, און די טייערע "ברענד נעים" געשעפטן האבן אלע געמוזט פארקלאפן די פענסטער מיט ברעטער.
און דער אמת איז, אז די פראטעסטירער זענען אמווייניגסטנס אביסל גערעכט. "אלעס איז טייער!" שרייען זיי. דאס איז ריכטיג. יעדע קליינע זאך וואס מיר טוען דא אויף דער וועלטל איז זייער טייער. יעדע מצוה'לע, יעדער שמייכל צו א צווייטן איד, יעדע אמן, אלעס איז זייער טייער. אין הימל צאלט מען זייער אסאך פאר יעדע קלייניקייט.
איזהו עשיר, השמח בחלקו!
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.